Chasidut · Other Chasidut Works

Beit Aharon, Aphorisms/בית אהרן·מילי דרבנן

אמילין דרבנן מאדומו"ר זצוקללה"ה זי"ע
א אז איך בין צווייא לייטיק ווייס איך אז איך בין זעכצעהן לייטיק. אז איך בין זעכצעהן לייטיק ווייס איך אז איך בין צוויי לייטיק:
בב איז מען ארום איז מען אויף גיהייבין. איז מען אויף גיהויבין איז מען ארום:
גג אז מיא שרייט ווען מיא וויל. וויל מען ווען מיא שרייט ניט. אז מיא וויל ניט ווען מיא שרייט. שרייט מען ניט ווען מיא וויל:
דד אז מיא האט יראה איז דאך גוט. אויב ניט ח"ו פשיטא דארף מען זיין בפחד ובמורא:
הה כל חללי דעלמא אינם שוים כלל נגד חוט השערה של יראה:
וו יראה אן אהבה איז ניט קיין שלימות. אהבה אן יראה איז גאר נישט:
זז חכמה אן הארץ איז גאר נישט:
חח כל זמן מיא מאכט זיך ניט חשוב קאן מען קיין רגילות ניט אוועק ווארפין:
טט פרום איז פאלש:
יי מיט איין שטיקעלע פרישקייט קאן מען אלץ אריבער:
יאיא דאס איז איין שטראף פון השי"ת אז מיא טוהט איין מצוה און לייט ווייסין דער פון. רק ואת צנועים חכמה:
יביב דרייא זאכין האב איך ליב מיזאל אפ טאן וואס צום גיכסטין. התאוה. ודרך. ומרחץ:
יגיג ווען מיא זאל זיך היטין מהרע מחמת רחמנות על עצמו איז אויך גוט:
ידיד דאס הארץ דארף זיין אן גיקניפט אין דעם ארומאן וויא אין דעם שענסטין:
טוטו מיא גיהער מורא האבין פאר דעם ארומאן וויא פאר איין שווערד:
טזטז אז מיר זאל זיך גלוסטין צוא דאוונען פאר דעם עמוד וואלט איך מיר וכו':
יזיז איך האב ניט ליב מאריך בתפלה זיין. אין עבדות הבורא יוא:
יחיח מה שיחטוף אדם להכין לו ביום השוק מה טוב. ואך הוא קנינו:
יטיט את הכל יוכלו ליקח מאתי. אך לא יוצרי מלבבי:
ככ אז עס איז גוט טוהט מען דאך. און אז עס איז ניט גוט דענסמאלט איז ערשט גוט צוא טאן. און אז דער פון ווערט גוט איז טאקי גוט:
כאכא אז איין שעה איז גוט. איז דיא אנדערע שעה נאך בעסער:
כבכב העולם הזה הוא השפל מכל העולמות. ואולם הוא גבוה מכולם:
כגכג עס קאן ניט זיין אמת אפילו איין תנועה קטנה אן מס"נ:
כדכד אהבת חברים. אז עס מאכט זיך דבורים איז בוודאי גוט. אלא ניט. זיצט מען זיך אזוי אין איינעם מיט ליבשאפט:
כהכח לערנען מוז מען. דאוונען דארף מען:
כוכו אפילו עס דוכט זיך מיא וועט בעסער דאוונען ביחידות. איז אלץ בעסער בצבור:
כזכז איטליכער יוד האט איין טוליעגראף אין זיין מויל דורך אלע עולמות:
כחסליקו להו מילין דרבנן מאדומו"ר זצוקללה"ה זי"ע