Chabad Library · The Alter Rebbe
Igros Kodesh Admur HaZaken· Igros Kodesh of the Alter Rebbe· Letter 125אגרות קודש אדמו״ר הזקן· אגרות-קודש אדמו"ר הזקן· אגרת קכה
אאגרת קכה
שלום5939 לאהובי הרבני הוו"ח כמ"ר יצחק דאקטער.
שלום5939 לאהובי הרבני הוו"ח כמ"ר יצחק דאקטער.
באחד"ש טוב ישיג לו גם ברוך5940 יהי'.
גהנה עס איז מיר אן גיקומען זיין בריף, און איך האב עם גילייענט פאר גאט שומע תפלה, זאל צו הערין זיין גיבעט און זאל אן נעמען זיין פארשט, גלייך וויא עס שטייט כי אין מחסור ליראיו5941, עס הייסט עס גייט ניט אפ צו דיא וואס פארכטין זיך פאר גאט. און ווען אין דער הייליגע תורה שטייט עס גייט ניט אפ מיינט מען בוודאי בגוף ונפש.
דבכן דער עיקר תמיד צו פארכטין זיך פאר גאט, וויא עס שטייט אשרי אדם מפחד תמיד5942. דהיינו מען זאל גלייבין אז גאט איז פול די וועלט, ווי עס שטייט הלוא את השמים ואת הארץ אני מלא5943, און ווי ער האט מתחלה באשאפען די וועלטין אזוי באשאפט ער זיי אלע טאג, ווי עס שטייט מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית5944. ווארום מתחלה האט ער דאך אייך ניט מיט הכרח5945 באשאפען נאר מיט5946 זיין רצון, אזוי איז אלע טאג שטייט די וועלט מיט זיין רצון, ווען ניט זיין רצון5947 חלילה וואלט אין איין רגע נישט בלייבין גיווארען.
האון אמענטש איז אויך אגאנצע וועלט5948, פון זיין מחשבה אן ביז די מעשה, ווי גאר אין דער הייליגער תורה איז דער מיט פול. בכן מוזט מען גלייך היטין די מחשבה. ווי די מעשה, רק אדרבה דער עיקר איז די מחשבה, הייסט אייבערשטע וועלטין, מען זאל זיין אן געבונדין אן גאט תמיד צו דיינקען, וויילע עס אים די מחשבה צו טראכטין און די אויגען צו זעהען און די אויערין צו הערין, ממילא פארשטייט זיך דאך אז דער וואס מאכט זעהען זעט ער בוודאי און דער וואס מאכט הערין הערט ער בוודאי, גלייך ווי עס שטייט הנוטע אזן הלא ישמע אם יוצר עין הלא יביט5949. דער נאך שטייט היוסר גוים הלא יוכיח. דער פאר מוז מען זייער פארכטין זיך און שעמען זיך, אז גאט זעט און הערט און ווייס אלע מחשבות וואס מען טראכט, און שיינקט ניט סיי צו גוטין, סיי פארקערט ח"ו צו שטראפען פער איטלעכער מחשבה דבור ומעשה, דער פון דערוועקט זיך גרויס חרטה און ודוי און תשובה שלימה אז מען האט דאס תמיד אין זיך.
וגם מוז מען גלייבין, אויף איטליכער ווארט און איטליכער אות פון די אותיות וואס גייען ארויס פון מויל באשאפט מען מיט קדושה אמלאך קדוש, און פארקערט ח"ו באשאפט ער אויף זיך אכזרים. בכן זאלט איר גיוויינען זיך צו זאגין תהלים אלע טאג, און איר זאלט גלויבען אז מיט די ווערטער ווערען באשאפען מלאכים קדושים, וואס וועלען אייך העלפען צו גוטין טאן.
זגם דעם הייליגען שבת צו היטין זייער, און איר זאלט גלויבען אז מיט קדושת שבת ווערט געהייליגט אגאנצע וואך. וואס איר וועט מער נזהר זיין דעם ש"ק פון איסורים אין מחשבה דבור ומעשה חלילה, שלא יעבור שום איסור שבת, וועט מער אלץ געהייליגט וערין דיא וואך.
חגם איר זאלט נזהר זיין זיך אין דיא זאכן וואס הייליגען און רייניקין דעם מענטשין, היינו נטילת ידים וברכת הנהנין כדינה, און תיקון חצות, און טבילה בעת הצורך כתיקונה, טובל זיין זיך ב' פעמים5950, פעם א' להעביר הטומאה ופעם הב' לקבל הקדושה.
טאון מחבר זיין זיך תמיד צו יראים ושלמים, צו לערנען זיך זייערע מעשים טובים.
יאון למעה"ש צוא אנטלויפין פון לצים און רשעים, ווארום דיא חבורה איז זייער שלעכט [ה' יצילנו]. און נזהר זיין זיך פון לשון הרע און רכילות און ליצנות און שקר, ווארום דאס נעמט גאר די יראה אוועק לחלוטין. און פון כעס זייער נזהר זיין זיך, ממש גאר ניט. און זאל נזהר זיין פון טרויערקייט.
יאווייטער ווייטער, ביז עס וועט אליין ליכטיג5951 ווערין אין זיינע אויגין. און לוסטיק צו זיין וואס ער איז אגאטס דינער. בין איך בטוח אז ער וועט אויף גיהייבען ווערין, וואס ער וועט גאר ניט וויסען ווי גאט וועט [עם] העלפען.
יבואתה שלום5952, ואני תפלה לה' ויחזיק במעוזו5953 מעשה השלום.
יגדברי המעתיר בכל לב
ידשניאור זלמן