Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Igros Kodesh Admur Rayatz·Vol. 16·Letter 5896אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ·כרך טז·ה'תתצו

אה'תתצו
ב"ה, א' ט"ו סיון, תרפ"ח
בריגא
גאל הנכבד מר לוי יצחק אזינער810, נויארק
דשלום וברכה!
האייערע ביידע בריף האָב איך ערהאַלטין, איך בין צופרידין פון דעם ואָס איהר שראַיבט, אַז דער אייבערשטער האָט אייך גיהאָלפין און איהר זאַייט באַ אַ פאַך, און דיא דעריקטאָרין זאַיינען פון אייך צופרידין.
ודאָס ואָס איהר האָט מורא פאַר דיא ואָס פאַרגינען אייך ניט, זאָהלט איהר ניט מורא האָבין, עס שטייט הולך תמים ילך בטח811, דער ואָס גייט ריכטיג און אָרענטלעך דאַרף זאַיין באַ זיך שטאַרק אין האָפענונג אַז דער אויבערשטער ועט העלפין.
זאין גיכון וערט 5 יאָהר אַז איהר זאַייט אין אַמעריקא, דער אייבערשטער זאָל אייך העלפין איהר זאָלט וערין אַ אַמעריקאַער בירגער אין אַ גוטער שעה, און איהר זאָלט זאיין גליקליך אין אַלעס.
חיעדער מענטש דאַרף נעמען אַ איין טייל און טאָן גוטע זאַכין. עס ואָלט גיוען זייער גוט איהר זאָלט בעקאָנט וערין מיט אונזערע בעקאָנטע שי' ואָס זאַיינען אין ברוקלין און אין נויאָרק, דאס ועט אייך פערשאַפין פערגעניגין, און איהר ועט גיויס נעמען אַ איינטיילונג אין דער הילפע פאַר תורה און לומדי תורה, דאָס איז אַגרייסער זכות און דער אייבערשטער ועט אייך העלפין אין אַלעס.
טהמברכו.