Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Igros Kodesh Admur Rayatz·Vol. 16·Letter 6004אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ·כרך טז·ו'ד

או'ד
ב"ה, ג' נר ד' דחנוכה, תרפ"ט
בכבוד ש"ב הנדיב ובעל מדות טובות המשכיל הנודע גזע תרשישים מר אברהם שי' הכהן1113
גשלום וברכה!
דאיך בין נאָך זייער פאַרמאַטערט פון דער חתונה, פון דער רייזע און פון דיא אייניגע טעג ואָס מיר האָבין דאָ פאַר בראַכט מיט פיללע מענטשין, גילייבט השי"ת פאר אַלץ, איך האָף אַז גיוויס האָט איהר גיהאַט פערגיניגין פון אייער זאַיין אייף דער חתונה, איך האָב דער פון פערגיניגין.
הזייענדיק אין ווארשא האָט מיר דיא צאייט ניט גיגעבין די מעגליכקאַייט, ריידין מיט אייך מערער פאַדראָבנע1114 מכח די גרייסע גוטע זאַכין ואָס איהר וילט טאָן1115, איך בענטש אייך פון טיפין האַרצין, אז דער אייבערשטער ברוך הוא זאָל אייך העלפין אין געכין בריינגען דאָס אין לעבין, און איהר זאָלט אליין זעהען מיט פריידע דיא גוטע זאַכין ואָס איהר ועט טאָן.
ואיך בין זיכער אַז איהר גידיינקט זייער גוט ואָס איך האָב אייך גיוונשין, אז דער אייבערשטער ברוך הוא זאָל אייך העלפין קאָנען דאָס בריינגען אין דער וירקליכקאייט גאָר באלד.
זוען איהר ועט שראַייבין אַייער ברודער ידידי ש"ב מר חיים שי', און דער שוועגערין ת', בעט איך גריסין אין מאַיין נאָמען, און איבער געבין, אַז דיא גאַנצע צאַייט שראַייב איך אין פטרסבורג, איבער דעם פראָפעסאָרס ר' א. הרכבי'ס שריפטין1116, און קאָן זעך ניט דער גיין קיין טאָלק, ויא איך ועל נור דער גיין עפעס ועל איך גלאַייך מיט טיילין.
חאיך ערואַרטע אייערע גוטע ידיעות.
טש"ב ידידו הדו"ש מכבדו ומברכו בכל טוב ובאריכות ימים.
יא גרוס מר שלייען יחיו.