Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Igros Kodesh Admur Rayatz· Vol. 16· Letter 6153אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ· כרך טז· ו'קנג
או'קנג
ב"ה, ה' ט' אדר שני, תרפ"ט
ב"ה, ה' ט' אדר שני, תרפ"ט
בכבוד ש"ב הגביר הנודע בעל מדות טובות משכיל על דבר טוב מו"ה [אברהם הכהן]1533
גשלום וברכה!
דענדע אדר ראשון און אנפאַנגס אדר שני (די ערשטע טעג מערץ), בין איך גיוען 8 טעג אין ברלין1534, ואו איך האָב גיהאַט נייטיג צוא פאַרברענגין דיא עטליכע טעג, צוליב צוא אָרדערין דיא מצה אַקציא1535 הילף פאַר אונזערע ברידער שי' אין רוסלאַנד, דיא מצה פראָבליעם איז ברוך השם גוט דורכגיפירט גיואָרין, אָבער ליידער דיא צאָהל (פאַשלינע) קאָסט זייער טייער, 2 רובל פון קילא. דאָך האט אונז דער אייבערשטער ב"ה בעגליקט בעקומען אַ ערלויבענעש אָפ שיקין 5 ואַגאָנן מצה מיט אַ קליינעם צאָהל (פאשלינע) 5 קאָפ' פון קילא, מיר ערואַרטין אייך די איבעריקע ואַגאָנען קאָנען שיקין אייף גינסטיקע בעדיננונגען.
הלאויט אַיער בריף האָט איהר גירעכינט, אַז אָנפאַנגס מערץ ועט איהר מיט דעם אייבערשטינס הילף ערפיהלין אַייער נדר, ואָס איהר האָט מיט אַיאָהר צוריק1536 אַליין זיך אוייסגירופין. ואָלט איך גיואָלט ויסין אין ואָס פאַר אַ באַנק דארף איך איבערגעבין דיא ועקסלען צוא אינקאַססא. אייך האָט איהר גישריבין אַז איהר ואָלט ועלין קומען אין ריגא מיט אַ ויזיט (ואָס באַ אונז ואָלט דאס גיוען זייער פריינדליך אָנגינומען), און איבער שפרעכין איבער דער בואונג פון דער ישיבה1537, ואָס מיר האָבין קורץ גירעט אין דעם זאַייענדיק אין ווארשא1538, ואָלט איך גיואָהלט ויסין וען רעכינט איהר דאָס, גיויס ועט איהר מיר אלעס אוייספיהרליך שרייבין.
ומיר אַללע זאיינען ב"ה גיזונד און גריסין אייך.