Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Igros Kodesh Admur Rayatz·Vol. 16·Letter 6173אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ·כרך טז·ו'קעג

או'קעג
ב"ה, ז' ניסן, תרפ"ט
באל מחותני הנכבד מר ירמי' שי' וינער1610
גשלום!
דאיך ענטשולדיג זיך פאַר אייער מוטער ת', ואָס איך האָב דעם מארט צאָהלונג1611 אייניגע טעג פאַר צייגין, איך בין גיוען פאַר ראַייזט1612, און קומענדיק בין איך גיוען זייער בעשעפטיגט מיט דער אָרגינזאַציאן פון שיקין מצה1613 און פסח-דיקע מעהל פאר אונזערע לאיידענדיטע ברידער יחיו, גאָט צוא דאַיינקען מיא האָט אָפ גישיקט 28 ואַגאָן מצה און 5680 מעהל פאַסילקעס1614.
הגיויס האט איר ערהאַלטין מאַיין בריף מיט דעם אָנואַייזונג אויף די 50 דאָל', איצט שיק איך אַ אָנואַייזונג אויף 50 דאָל' פאַר אַפרעל. גיויס ועט איהר אויספאָלגיען דאָס ואָס עס איז גיוען אפ גירעט1615 מיט אַייער פאָטער ז"ל איבער דיא ספרים ואס מיא דארף מיר אָפ שיקין. איך שיק עקסטרא 10 דאָלר אייף פאָסט געלט און שיקין דיא ספרים דורך פאָסט.
ואיך ואָלט ועלין בעטין מאַיין קרובה אַייער וערטע פרו ת' שרייבין ואָס זיא מאַכט, און מעגליך מיר שרייבין ואָס מאַכין די מוטער ברידער און שוועסטער יחיו מיט זייערע פאַמיליען, ואו [זיי] זאַיינען און ויא גייט דאָס זיי, דיא צייט האָט גיבראַכט אַז גאָר נאָהענטע קרובים זיינען פאנאנדער גיואָרפין אייף דער גאנצער ועלט און איינער וייס ניט פון דעם צוייטין, פון די פעטערס ר' שמואל אהרן, ר' שלמה, ר' דובער, ר' סענדער, פון שועסטער קינדער אהרן נחום1616 און שמואל יחיו, האָב איך דיא צייטין גיהאַט בריף זיי גייט נישקשה.
זאיך וינש א גוטין יום טוב.
חש"ב ומחות'.