Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Igros Kodesh Admur Rayatz·Vol. 14·Letter 5269אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ·כרך יד·ה'רסט

אה'רסט
בב"ה, ט' ניסן, ת"ש
גלייקוואוד
דידידי וו"ח אי"א מו"ה פנחס שי'
השלום וברכה!
וגעוויס האט איר ערהאלטען מיין טעלעגראם און איך וואלט זייער וועלען וויסען וואס איר מאכט און בעזאנדערס אייער פרוי. השי"ת זאל איהר צושיקען א רפואה שלמה בקרוב, און שטארקין אייער גיזונד, און געבין אייך אייער פרנסה בהרחבה.
זאיך ווייס אלעס וואס איר האט געטאן פון אונזערט וועגען. איך האף צו הערען פון אייך אויספיהרליך איבער אגודת חב"ד. און השי"ת זאל אייך העלפען אין אלעס וואס איר נויטיגט זיך אין גשמיות און אין רוחניות.
חידידו הדו"ש ומברכו.