Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Igros Kodesh Admur Rayatz·Vol. 14·Letter 5280אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ·כרך יד·ה'רפ

אה'רפ
בב"ה, ה' אייר, ת"ש
גלייקוואוד
דאל הנכבד מר באלטין שי'
הפרעזידענט דער יוגענד ארגאניזאציע
ושלום וברכה!
זווען איר מיט אייער פאטער שי' זייט בא מיר געווען האט איר מיר דערציילט וועגען אייער יוגענד ארגאניזאציע "ארטהאדאקס דזשואיש ליעג".
חעס האט מיך זייער געפרעהט צו הערען אז דער יוגענד האט א מאראלישען אינטערעס פאר ארטהאדאקסישע געפיהלען, און איך האב ארויסגעזאגט מיין מיינונג ווי אזוי די ארגאניזאציעס דארפען און קענען האבען מער מעמבערס.
טאיך וואלט וועלען מער בעקאנט ווערען מיט דער ארימ ןעביירש ןייז טוג יוזא טעב ךיא ןוא עיצאזינאגרא רעייא ןופ גנוריפנ - שיאערבעה רעדא שילגנע שידיא,רעטכייל זיא ךייא ךארפש רעכלעוו ןיא ןעביירש טנעק ריא - אויספירליכער, וויפעל מעמבערס אייער ארגאניזאציע ציילט, וויפיעל דאמען און פריילענס, אין וועלכען עלטער, וואס איז דער לערן-פראגראם און ווען, וואס איז דער שבת פראגראם און ווי איז בא אייך דורך דער יום טוב פראגראם, וואס איז אייער בודזשעט און ווי ווערט ער געדעקט.
יםיבושי עשידיא עכלעוו ןעסיוו וצ טריסערעטניא ךימ - ךעלטעטש - זיינען נאהענט צו אייער שטאט, אז זייער יוגענט אראגאניזאציע זאל קענען עפענען דארט אירע ברענטשעס.
יאמיט די בעסטע וואונשען צו די מעמבערס און די אנפיהרער.
יבבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יגמזכיר.