Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Igros Kodesh Admur Rayatz· Vol. 14· Letter 5300אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ· כרך יד· ה'ש
אה'ש
בב"ה, ה' ניסן, תש"א
גברוקלין
דידידי הנכבד מר י. שי' זענדער
השלום וברכה!
ואייער בריעף פון ז' אדר האב איך מיט א פארשפעטיגונג ערהאלטען. צו שיקען פסח פאקעטען איז שוין געווען צו שפעט האב איך גןעטעקאפ ייווצ וצ להאמ 2 ןעקיש וצ טנעדראע - ןעטעקאפ 4 לכה ךס ןיא - לויט דער בייגעלעגטער רשימה. יעדער פאקעט קאסט 13.75$ און 4 פאקעטען האבען געקאסט 55 דאללאר. 20 דאללאר האב איך איבערגעגעבן פאר "לחם לרעבים בגעהטע" און די איבערגעבליבענע 25 דאללאר האב איך איבער[ג]עגעבען אין באנק אויף אייער רעכנונג. און אלעס צוזאמען מאכט אויס 100 דאללאר.
זאיך בין אייך דאנקבאר פאר דער ידיעה פון ידידי גיסו ד"ר א. שי' זעליקסאהן און ווארט אויף אייער צווייטען שרייבען. איך וואלט אויך וועלן וויסען ווי גייט די קינדער אין ארץ ישראל, וואו זיינען זיי, ביטטע שרייבט.
חאיך בעט זייער שרייבען די שוויגער עלטערען יחיו, און איבער געבען זיי מיינע בעסטע וואונשען. איך בין ניט זיכער אז זיי ערהאלטען מיין שרייבען.
טשרייבט ווי גייט עס אייך, האט איר זיך שוין איינגעארדענט מיט א געשעפט האט איר שוין באקאנטע. השי"ת זאל באגליקען אייך מיט אייער פרוי אין אלעס וואס איר האט נויטיג.
יהדו"ש ומברכו
יאיוסף יצחק.