Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Igros Kodesh Admur Rayatz·Vol. 14·Letter 5332אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ·כרך יד·ה'שלב

אה'שלב
בב"ה, כ"ו מנ"א תש"ח
גברוקלין
דצו אלע אידן אין לאס אנגעלעס, מענער און פרויען,
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זעס האט מיר זייער געפרייט צו הערן אז ס'האט זיך אנגעהויבן בא אייך א באוועגונג צו בויען א נייע מקוה אין אייער שטאדט.
חעס טוט מיר אבער לייד וואס, ווי מען אינפארמירט מיר, גייט צו די ארבעט צו לאנגזאם.
טטהרת המשפחה איז א פראגע פון גייסטיקער, פיזישער און עקאנאמישער עקסיסטענץ און וואהלזיין ווי פון יחידים אזוי אויך פון דעם גאנצענעם ציבור.
יקיינע שוועריגקייטן דארפן דאריבער ניט אפהאלטן פון בויען א מקוה בכלל אדער פארלאנגזאמען דעם אויפבוי פון דער מקוה.
יאיעדער איינציקער טאג וואס די מקוה קען פארטיק ווערן פריער איז פון דער גרעסטער באדייטונג.
יביעדער מאן און יעדע פרוי דארף פילן די גרויסע אחריות פאר טהרת המשפחה אין זייער שטאדט, און דארפן מיט די גרעסטע אנשטריינגונגען מיטהעלפן דעם וואס שנעלערן אויפבוי פון דער מקוה.
יגהשם יתברך זאל העלפן די עסקנים אין בויען די מקוה און אלעמען וועלכע העלפן זיי אין דעם און זאל מצליח זיין זיי און זייערע פאמיליעס שי' אין אלע[ם] וואס זיי דארפן בגשמיות וברוחניות.
ידהמברכם.