Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Igros Kodesh Admur Rayatz·Vol. 17·Letter 6265אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ·כרך יז·ו'רסה

או'רסה
ב"ה48, כ"א תמוז [תרצדי"ק]
בספינה ברעמען
גאל כבוד ידידי הג' הנכבד אי"א מו"ה אבא אליעזר שי'
דשלום וברכה!
האייער בריף האָב איך ערהאלטין און גילעזין מיט פרייד הערנדיק אַגריס פון אייך און פון...
ואיך האָף אַז מאַיין שרייבין צו אים וועגין טהרת המשפחה ועט גיוויס בריינגען דיא ריכטיקע גוטע פרוכט.
זדי לעצטע צייט האָב איך גיווירקט עס זאָל אפגידרוקט ווערין אַ קליינער העפט49 איבער טהרת המשפחה אין איינגליש.
חאייניגע עקזעמפליאַרין האָב איך גישיקט צו ידידינו לאיער סטאר שי', גיויס האָט איר דאס גיזען.
טפון פערשידענע ערטער איז אנגיקומען [באַריכטן] אַז עס האָט ב"ה גיהאַט גרייס ערפאָלג, איך בין זיכער אַז וועהן אייער זוהן50 הנכבד והנעלה יחי' וועט נעמען אינטערעס אין פאַרברייטערין דעם בוך צווישען זיינע באקענטע וועט דאָס בריינגען זייער פיל גוטעס.
יאיבער דער שוהל פראַגע שראַייב איך51 אַ אַלגעמיינעם בריף, והשי"ת יעזור שיהי' לתועלת.