Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Igros Kodesh Admur Rayatz·Vol. 17·Letter 6346אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ·כרך יז·ו'שמו

או'שמו
ב"ה366, ד', ב' דר"ח אלול, תרצ"ג
בווארשא
גכבוד ידידי הגביר הנכבד והכי נעלה, בעל מדות טובות, עושה צדקה, מו"ה משה שמואל367 שי'
דשלום וברכה!
האיך בין ב"ה גוט אָנגיקומען קיין ווארשא, און איך ואָלט ועלין ויסין ויא פילט איהר זיך אין גיזונד? און וי גייט אייך דיא קור?
והשי"ת זאָל אייך און אייער פאַמיליע שטאַרקין דעם גיזונד, וימלא השי"ת משאלות לבבכם לטובה ולברכה בגשמיות וברוחניות.
זקומענדיג אויפין אָרט, זעהענדיג ויא עס וערט ב"ה זייער גוט גילערינט אין אַלע אָבטיילונג368, נאָר דיא מאַטעריעלע לאגע איז זייער אַשוערע, און דיא הונדערטער תלמידים שי' ליידין אַסאַך נויט און דחקות, ואָלט איך גיואָלט בעטין פילייכט איז מעגליך צוא ויסין אייערע בעקאַנטע, ועלכע געפינען זיך יעצט אין קאַרלסבאַד, ואָס זייא קאָנען האָבין אַאינטערעס אויף ועלין אונטערשטיצין מיינע אונטערנעהמונגען, און קאָנען זיין מיר מיט הילפיג מיט אַגיויסער סוממע, ועלכע עס איז זייער נויטיג באַ יעצטיגען שווערין מאָמענט.
חויסענדיג אייער גוטין גיפיל אין אונטערשטיצין תורה אַנשטאַלטין, בין איך זיכער אַז ואָס עס ועט נור זיין מעגליך, וועט איהר גיויס טאָן מיט'ן גרעסטן פאַרגעניגען.
טאויב אייך ועט ניט זיין שווער, ואָלט איך ועלין בעטין, אַז איהר זאָלט אַזוי גוט זיין מיר אָפ שיקין אייער מאָנאַטליכע שטיצע פאַר דיא 3 חדשים – מנחם אב, אלול, תשרי – אין וארשא דורך אַטשעק אַף פאַריז אַף מיין נאָמען אין אַרעקאָמענד-בריף.
יאיך האָף אַז געויס האָט איהר זיך גיטראָפין עם ידידי הנעלה הגביר הנכבד מר רוטשטיין369 שי', ואָס דורך איהם קאָנט איהר אויספירליך ויסין דיא פיהרונגען...