Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Igros Kodesh Admur Rayatz· Vol. 17· Letter 6368אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ· כרך יז· ו'שסח
או'שסח
ב"ה439, ט"ו תמוז תרצ"ד
ב"ה439, ט"ו תמוז תרצ"ד
בווארשא
גענטפער אויף אייערע בריף, דער אויבערשטער זאָל אייך בעגליקין אַז די אלע ברכות ואָס מי האָט אייער מאַן אייך און די קינדער גיוונשין זאהלין מקוים וערן.
דזאָגט די קינדער440 יחיו, אַז וען זיי ועלין מיך פאָלגין ואָס איך זאָג זיי אַז זיי זאָהלין זיך פיהרין אידעש, תפילין, שבת, טהרת המשפחה, ניט גאָלען זיך מיט קיין גאָלמאשינקעס, יעמאָלט זאַיינען זיי גערעכט ואָס זיי פערלאיינגען פון השם יתברך אַז ער זאָל מיך פאָלגין און מקיים זאיין די ברכות ואָס איך האָב זיי געוונשין, אָבער אַז זיי פאָלגין מיך ניט, וי פאַרליינגען זיי אַז דער רבונו של עולם זאָהל מיך פאלגין.
ההשם יתברך זאָל זיי געבין גוטע הערצער אויף זאיין ערלעכע אידין, און דער אויבערשטער ב"ה זאָל זיי בעגליקין.
ובשם כ"ק אדמו"ר שליט"א