Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Igros Kodesh Admur Rayatz· Vol. 17· Letter 6397אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ· כרך יז· ו'שצז
או'שצז
[כ"ג תמוז, תרצ"ה]
[כ"ג תמוז, תרצ"ה]
באל536 מרת טשערניאק537 תי'
גאייער בריף האָב איך ערהטלטין, וי איך האָב זעך די לעצטע צייט דערוואוסט, איז די קריינקייט ואָס אייער מוטער538 זאָהל לעבין – דער אויבערשטער זאָהל איר צושיקין אַ היילונג – ליידעט, איז דאָס ניט ד"ר גערזאן'ס ספעציאַלנסט, אין פאַריז בעדאַרף זאיין אַ ד"ר דינקין539 – ער איז גיקומען פון ברלין, מאיינער א גוטער בעקאָנטער, זייער אַ גוטער ד"ר אונד מענטש – זאיין אַדרעס וייס איך ניט, איך שרייב צו מאיין פריינד הער ריינין540, אַז ער זאָהל אייך צוויסין געבין טעלעפאָניש אָדער בריפליך דעם אַדרעס פון ד"ר דינקין, און ועהן איהר ועט האָבין דעם אַדרעס ועט איהר זעך זעהען מיט ד"ר דינקין, איינלאַדין אים און בעראַטען זעך מיט אים.
דאין אונזער הייליגע תורה תלמוד שטייט541 גישריבין אַז די רפואה שיקט צו דער אייבערשטער גיבענטשט איז ער, דורך דעם דקטור און דורך דער מעדיצין, בעטין די רפואה, בעדארפמען בעטין באַ דעם אייבערשטין – גיבענטשט איז ער, און מי דאַרפין בענוצין דקטֹרים און מעדיצין.
הדער אייבערשטער, גיבענטשט איז ער, זאָהל אין גיכין צו שיקין אַ גוטע היילונג אייער מוטער זאָהל לעבין, און זאהל אייך בעגליקין אין אלעס ואָס איהר האָט נייטיג.
וגעויס ועט איהר מיר שרייבין ואָס אייער מוטער זאהל לעבין מאכט, און ועגין ד"ר דינקין, מיך אינטערעסירט ויסין אייער פינאַסיעלע צושטאַנד צי האָט איהר אייער בעדערפניש, דער אייבערשטער זאָהל אייך בעגליקן.
זהמברכם.