Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Igros Kodesh Admur Rayatz·Vol. 17·Letter 6493אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ·כרך יז·ו'תצג

או'תצג
[תחלת אייר תש"א]
בב"ה920
גלאהובי אחי בני ישראל שבארצות הברית, ה' עליהם יחיו
דאין א מאָמענט פון אוסערגעוויינליכער ערנסטקייט, ווענד איך זיך צו אייך מיט א בקשה פון טיעפען האַרצען, אין א מאָמענט ווען דער גורל פון הונדערטע תלמידים פון מיינע ישיבות מוז באלד ענטשידען ווערען, ווען דער פדיון שבויים פאָנד921 אונטער מיין אָנפירערשאפט האָט דערגרייכט זיין העכסטען אַרבעט-דרוק, ווען יעדע אָנשטריינגונג מוז געמאכט ווערען דורכצופירען די דאָזיגע גרויסע רעטונגס ארבייט, איידער עס ווערט צו שפעט, חלילה.
הב"ה די ארבעט פון פדיון שבויים איז גלייך פון אָנהויב געקרוינט געוואָרעו מיט גרויס ערפאָלג און הונדערטע אַמעריקאַנער וויזעס זיינען אויסגע'פועלט געוואָרען פון אונזער ממשלת החסד פאר מיינע תלמידים יחיו. אויך אָ גאָר גרויסע צאָהל וויזעס אין אַנדערע לענרער זיינען געשאַפען געוואָרעו, און א היבשע צאָהל פון מיינע טייערע תלמידים געפינען זיך שוין אין יאפאן922 און דארפען בקרוב קומען צו אונז אי"ה.
ודאָס איז אָבער נאָר א קליינער חלק פון דער גרויסער פדיון שבויים אָרבעט וועלכע איך האָב זיך געשטעלט אלס מיין לעבענס אויפגאבע. נאָר א קליינע טייל פון די אלע וויזעס923 וולעכע עס איז מיר געלונגען בעזר השי"ת צו שאפען איז ביז אהער אויסגענוצט געוואָרען.
זעס בלוטיגט דאָס האַרץ ווען מען באטראכט זיך אז צוליב מאנגעל אין געלט שטייען הונדערטע פון מיינע תלמידים יחיו אויסגעשטעלט צו די גרעסטע געפאהר. מיט יעדען טאָג ווערט אלץ גרעסער די געפאהר וועלכע שוועבט אויף זיי, און מיט יעדען טאָג ווערט אויך שווערער די מעגליכקייט ארויסצוראטעווען זיי. אין די יעצטיגע טעג פון בליץ-קריגען מוז אויך די הילף קומען בליץ-שנעל, און אויב די פארניכטונגס מיטלען ווערען אָנגעווענדעט אזוי שוידערליך בליץ-שנעל, מוזען דאָך רי רעטונגס מיטלען קומען פילפאַך שנעלער!!
חיעדער קליפער, יעדע שיף, מעבר לים בריינגען מיר אריין צעהנדליגע בריוו פון די תלמידים פון מיינע ישיבות, פון רבנים און בע"ב יראים ושלמים פון אלע טיילען פון די דייטשע און רוסישע אָקופירטע924 געביטען פון פוילען און מזרח אייראָפע בכלל, וועלכע זיינען ארומגעכאפט געוואָרען פון דער גרעסטער וועלט קאטאסטראָפע פון אַלע צייטען. יעדע שורה פון די דאָזיגע בריוו דערציילט מיר וועגען דעם העראָאישען קאַמף פון מיינע טייערע תלמידים יחיו פאר דער תורה אונטער די שווערסטע און שרעקליכסטע אומשטענדען925. אין שטעדט און אין שטעדטלאך, אין גרעסערע און קלענערע גרופען, זיצען מיינע תלמידים אין די ליובאוויטשער ישיבות און חדרים און לערנען תורה מיט דעם גאַנצען ברען פון זייערע נשמות, מיט אן אמת'ע מסירת נפש, און אין דעם דאָזיגען לערנען תורה און אין דעם השתפכות הנפש פון תפלה זוכען זיי צו פארגעסען די שרעקליכע ענויים, הונגער און נויט, וועלכע זיי מוזען ליידען אויף יעדען טריט און שריט, און אין די דאָזיגע ליובאוויטשער ישיבות און חדרים געפינען זיי זייער איינציגע טרייסט.
טאָבער פון יעדער שורה פון רי דאָזיגע בריוו שרייט ארויס א גרויסע בקשה פון אן אָנגעווייטאָגטע אידישע הארץ "האָט רחמנות, ראטעוועט אונז פון דעם אונערטרעגליכען גיהינום, בריינגט אונז אין א מקום מקלט, וואו מיר זאָלען קענען לערנען און דאוונען אין מנוחה, אומגעשטערט".
יפאר אָט די דאָזיגע טייערע תלמידים מיינע, וועלכע האלטען אָן דעם נר תמיד פון תורה-אור אין די שרעקליכע פינסטערניש פון ארום, פאר אָט די ישיבה בחורים וועלכע וועלען אי"ה זיין גדולי ישראל, מנהיגי הרוח פון אונזער פאָלק, און פאר די הייליגע מוסדות התורה פון די ליובאוויטשער ישיבות וועלכע כ"ק אאמו"ר נבג"ם זי"ע האָט געגרינדעט מים א קנאפען יובל צוריק, ווענד איך זיך צו אייך מיט א בקשה פון דער טיעפעניש פון מיין צובראָכענע הארץ.
יאדי פארצווייגטע מוסדות התורה פון די ליובאוויטשער ישיבות וועלכע זיינען אין משך פון פופציג יאהר געווען דער עץ החיים פון רעליגיעזען אידענטום אין יוראָפ, פון וועמענם צווייגען און פרוכט עס האָבען זיך ערנערט טויזענדע און טויזענדע אידישע קינדער און יונגעלייט, דער דאָזיגער פארצווייגטער עץ החיים און עץ הדעת שטייט אין געפאהר. די גרעסטע צוררי ישראל פון אַלע צייטען פאַרמעסטען זיך אָפצוהאקען זיינע צווייגען, צו פאַרניכטען זיינע שפראָצונגען און צו אונטערגראָבען זיינע וואָרצלען. אָט דעם דאָזיגען ריזיגען בוים וועלכען מיין זעליגער פאָטער האָט פארפלאנצט און איבערגעגעבען מיר צו היטען און פלעגען, מוז איך יעצט איבערפלאַנצען בעזהשי"ת אויף א זיכערען באָדען, וואו עס זאל קענען ווייטער שפראָצען און ארויסבריינגען די טייערסטע פרוכט, די פרוכט פון לעבען, וועלכע שפייזט אונזער פאָלק ישראל.
יבטייערע ברידער אידען!
יגגיט איהר זיך אָפ א דין וחשבון וועגען דער גרויסער אייביגער זאך, וועגען וועלכער עס האנדעלט זיך דאָ?! יעדער אידישער לעבען איז אונז טייער און הייליג – אָבער ווי הייליג און טייער דארף זיין דער לעבען פון די ת"ח גדולי תורה ויראה, די גוטע, פרומע און טייערע תלמידים פון ליובאוויטשער ישיבות, וועלכע האָבען אלעמאָל געדינט אלס מוסטער פון תורה און יראת שמים פאר אונזער דור! גרויס איז דער זכות פון החזקת והצלת התורה. אָבער אומפארגלייכבאר גרעסער איז דער זכות פון ראטעווען די לעבעדיגע תורות, מיינע טייערע תלמידים יחיו וועלכע שטייען אין גפעאהר, ח"ו!
ידאיך ווענד זיך צו אייך מיט א בקשה פון א צובראָכענע פאָטערליכע הארץ, וויא א פאָטער וועלכער בעט פאר זיינע קינדער וועלכע געפינען זיך אין לעבענס-געפאַהר, בעט איך פאר דער רעטונג פון מיינע תלמידים-קינדער. איהר תורה-טרייע אידישע פאָטערס און מוטערס, איהר וועט מיר פארשטיין. ניט נאָר פאר מיינע קינדער-תלמידים בעט איך אייך, נאָר אויך פאר אייערע אייגענע קינדער און פאר אייך אליין – העלפט מיר ראטעווען מיינע תלמידים און פארזיכערט זיך אייער צוקונפט און די צוקונפט פון אייערע קינדער! הערט צו מיין רוף, און השי"ת וועט אויך אייער רוף צוהערען. העלפט און איהר וועט געהאָלפען ווערען.
טושיקט אייערע ביישטייערונגען לטובת דעם פדיון שבויים עמוירדזשענסי פאָנד וואָס שנעלער, לייגט ניט אָפ! די העכסטע שעה האָט געשלאָגען. קיינער טאָר זיך ניט אָפזאָגען! גיט מיט א באזונדערע אָנשטריינגונג און אויסערגעוויינליכע מסירת נפש, לויט די דרישת השעה. און בזכות זה וועט אייך השי"ת אויך ענטפערען אויף אייערע הארץ באגערען לטובה ולברכה, און וועט אייך געבען געזונד און לאנגע יאָהר, פרנסה בריווח און נחת פון אייערע קינדער און פאמיליע יחיו, און מיר וועלען זוכה זיין צו רחמי שמים און צו די גאולה שלימה בב"א.
טזיוסף יצחק