Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Igros Kodesh Admur Rayatz·Vol. 17·Letter 6649אגרות קודש אדמו״ר מוהריי״צ·כרך יז·ו'תרמט

או'תרמט
ב"ה1413, ט"ו כסלו תש"ז
בברוקלין
גאל כללות אנ"ש ותלמידי1414 תומכי תמימים, ותלמידי תלמידנו והנלוים עליהם להחזיק בדרכי התורה והמצוה, ד' עליהם יחיו
דשלום וברכה!
הטייערע און ליבע, תלמידים און תלמידי תלמידים, פון הוד כבוד קדושת אדוני אבי מורי ורבי הרב הקדוש זצוקללה"ה נבג"מ, וואס זיין זכות און דער זכות פון אונזערע הייליקע אבות און רביים רוהט אויף אייך און אויף אייערע פאמיליעס, אויף אונז און אונזערע פאמיליעס יחיו.
ופון טיפין הארצין, גיב איך א לויב צו השם יתברך, וואס ער האט געראטעוועט אייך און אייערע פאמיליעס, און וואס מיר און אונזערע פאמיליעס, האבן דערלעבט צו דעם גליקליכן מאמענט, צו קענען שיקן א גרוס, צו אייך און צו אייערע פאמיליעס יחיו.
זמיר און אונזערע פאמיליעס, ווי אויך אלע אידן – אן אונטערשייד פון גייסטיקן און מאטעריעלן שטאנד – האפן צו השם יתברך אז אין דער נאענטעטער צוקונפט וועלן מיר זיך זעהן מיט אייך, און יעדערער פון אונזערע, ברידער און שוועסטער, וועלן מיט דער גרעסטער ליבשאפט און איבערגעגבנקייט, טאן אלעס וואס אין אונזערע און זייערע מעגליכקייטן, צו העלפן אייך איינארדנען זיך מאטעריעל, און באזארגן מיט די געהעריקע חינוך אנשטאלטן די קינדער, זין און טעכטער יחיו.
חהשם יתברך זאל אנזעהן אונזער צובראכן הארץ, און אונזער טרויער, אויף אונזערע טייערע און ליבע ברידער און שוועסטער, זייערע זין און טעכטער, התמימים החסידים והישרים, וועלכע זיינען געהרג'ט, געקוילעט און פארברענט געווארן אויף קידוש השם, ג-ט ברוך הוא זאהל זיי באשטראפין, און אונז פירן מיט משיח צדקנו צו אונזער הייליק לאנד.
טאיך האב בעפולמעכטיגט את ידידי תלמידי היקר והכי נעלה מתלמידי תומכי תמימים וו"ח אי"א הרב מוה"ר בנימין שי' גאראדעצקי, איינצוארדענן בעזרת השם יתברך, די נויטיקע ערשטע רעטונגס און אויפהאלטונגס הילף, אויף צו פארווירקליכן די פערשידענע פארשלאגן ווי מיט ג-טס הילף, צו איינארדנען אנ"ש ובני ביתם יחיו.
ישרייבט אויספירליך צו ציין באפאלמעכטיגן ידידי הרב גאראדעצקי שי', און ער וועט אייך לאזן וויסן, די אלע מעגליכע ידיעות און רעקאמענדאציעס.
יאהשי"ת זאל אונז מזכה זיין צו זען זיך בקרוב.
יבידידכם הדורש שלומכם
יגיוסף יצחק