Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 1· Letter 42אגרות קודש· כרך א· מב
אמב
בב"ה, ד' דחנוכה, תש"ג
גלהנדיב הנכבד אי"א וו"ח וכו' מוה'...
דשלום וברכה!
הזיכער האט איר שוין באקומען אייער מעמבערקארטע פון חברת משניות בע"פ.
ודי גמרא זאגט (שבועות לט, א) כל ישראל ערבין זה בזה. האט דער רבי שליט"א אויף דערויף געזאגט: "ערב" האט דריי טייטשן - זיס, צוזאמענגעמישט, ערב. א איד א אידן איז זיס, א איד מיט א אידן איז אויסגעמישט, און א איד איז ערב פארן צווייטן אידן, עכ"ל.
זדורך תורה אחת ווערן אידן א גוי אחד, וואס איז פאראיינציקט מיט ד' אלקינו ד' אחד.
חמיר האפן, אז איר וועט זיך ניט באגענוגענען מיט עינו טובה בשלו, און וועט זיין פון די מזכי הרבים, און איר וועט אנטייל נעמען מיט אלעס מעגליכעס איר דער ברייט פארצווייגטער ארבעט פון מחנה ישראל.
טווי כ"ק אדמו"ר שליט"א האט שוין מער מאל געווארנט, געפינען מיר זיך יעצט אין די לעצטע צייט פון גלות, און תורה און תשובה זיינען דער איינציקער מיטל צו פארלייכטערן די חבלי משיח.
ידי אהבה וועלכע יעדער איד דארף פילן צו א צווייטן אידן, רופט ארויס אין זיין הארצן דעם גרעסטן רחמנות אויף דעם וועלכער טוט ניט קיין תשובה אין היינטיקער צייט.
יאפון דעם צייטונגס אויסשניט וועלכן מיר לייגן דא ביי, וועט איר זען אויף וועלכן געביט, לויט די אומשטענדן, ס'איז אייך לייכטער אנצופאנגען צו ארבעטן. בעפאר מען הויבט אן די ארבעט דוכט זיך אפשר אז ס'איז שווער, אבער אז מען טרעט שוין צו דער ארבעט זעט מען, אז מיט דעם אויבערשטנס הילף טוט מען אויף.
יבאין ערווארטונג פון אייער באלדיקן ענטפער,
יגבברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה,
ידהרב מנחם שניאורסאהן
טויו"ר ועד הפועל
טזנ. ב. דער רבי שליט"א האט ארויסגעגעבן דעם בריוו וועלכן מיר לייגן דא ביי און עס איז א מצוה גדולה עס צו מפרסם זיין וואס מער. אויפקלעפן אין די שולן, א. א. וו.
יזמב
נדפסה בלקו"ש חי"ב ע' 264 והושלמה ע"פ העתקה.
נדפסה בלקו"ש חי"ב ע' 264 והושלמה ע"פ העתקה.
יח דער רבי... געזאגט: ראה סה"ש ה'תש"א ע' 144.
יט דעם בריוו: ליום הת"צ ולאחריו - הנדפס באגרות קודש אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ז אגרת א'תתצג. ראה גם לעיל אגרות לח-מא.