Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 1·Letter 77אגרות קודש·כרך א·עז

אעז
בב"ה, יום ו' ח' סיון, ה'תש"ג
גכבוד הוו"ח אי"א נבון ונעלה וכו'
דמהר"י הכהן שי' כ"ץ
השלום וברכה!
וגעוויס האט איר צייטיג ערהאלטען די שמועסן, וואס מ'האט אייך ארויסגעשיקט לויט אייער באשטעלונג זייענדיג דא, און האט זיך אויך משתדל געווען אז זיי זאלן אנקומען אין די נויטיגע ערטער,
זווי גרויס איז די זאך פון מזכה זיין את הרבים, איז זיכער איבעריג צו מאריך זיין אין דעם, און דער פאר האפען מיר אז אויך אין דעם צוקונפט וועט איר טאן אויף דעם געביט, און צוביסלייך פארברייטערן די ארבעט צוציענדיג נאך מענשן וואס זאלן אייך העלפן אין דעם.
חאיך האב געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, אז דער אלטער רבי האט אמאל געזאגט: תורה איז ג-טליך און רוחניות און די ערשטע מצוה צו געשריבן ווערן אין דער תורה איז מצות פרי' ורבי'? נאר וואס דען! די תורה איז דרכי' - און דער סדר אין איר - דרכי נועם, די מצוה ראשונה איז: א איד דארף וועלן עס זאל זיין נאך א איד, עכ"ל.
טמיט ואונש פון חג שמח און קבלת התורה בפנימיות,
יובברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
יאהרב מנחם שניאורסאהן
יביו"ר ועד הפועל
יגעז
חלקה נדפס בלקו"ש ח"י ע' 187 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
יד מהר"י הכהן שי' כ"ץ: אגרות נוספות אליו - לקמן צב. קו. קלט. קנז.
טו יו"ר ועד הפועל: מחנ"י.