Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 2· Letter 198אגרות קודש· כרך ב· קצח
אקצח
בב"ה, כ"ח אלול, תש"ה
גברוקלין
דזעהר געעהרטער הערר אלכסנדר שי' כהן
השלום וברכה!
ואין נאמען פון "קה"ת" און אין מיין אייגענעם נאמען וויל איך ווינשען אייך און אלע אייערע א שנה טובה ומתוקה און הצלחה אין אלע אייערע אונטערנעמונגען.
זדער גענויער טייטש פון ראש השנה איז די קאפ פון יאהר, ערקלערען אונזערע חכמים אז פארוואס ווערט עס אנגערופען ניט תחלת - אנהייבס - השנה, נאר ראש השנה, ווייל אזוי ווי די קאפ פיהרט אן מיט דעם גאנצען קערפער, אזוי דארפמען אויך די גוטע רעזלושאנס און פיהרונגען וואס מען נעמט אן אויף זיך ראש השנה, אנפיהרען מיטן גאנצען יאהר.
חדעם יאהר קומט אויס ראש השנה, שבת. וואס דער געדאנק פון שבת איז - אז דאמאלסט הייבט זיך אויף דער מענש העכער פון זיין וואכעדיגען לעבען און דאגות, און ווערט נעהענטער צום נשמה לעבען.
טאון דאס איז אויך אונזער וואונש אז אין דעם נייעם יאהר זאלען מיר אלע גייען פארווערטס אין אונזער גייסטיגער ענטוויקלונג, מאכען נעהענטער דעם גוף צו נשמה און דורכפיהרען אין לעבען אלע אונזערע גוטע מחשבות.
ימיט א ברכת כתיבה וחתימה טובה,
יא מנחם מ. שניאורסאהן
יביו"ר ועד הפועל
יג** עד כאן הקודים בני ספרה אחת
ידקצח
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 551 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 551 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
טו זעהר.. כהן: אגרות נוספות אליו - לעיל קפט, ובהנסמן בהערות שם.
טזא) דייק רבנו בלשונו תענית של תשובה, כי דוקא תענית של תקוני תשובה יכול לפדות בממון לצדקה אם מצטער הרבה, אבל אם קבל עליו תענית דרך נדר, צריך לקיים נדרו, וכמ"ש בשו"ע או"ח סי' תקס"ח סס"ב.