Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 2·Letter 237אגרות קודש·כרך ב·רלז

ארלז
בב"ה, כ"ט סיון, תש"ו
גכבוד הוו"ח אי"א מו"מ באמונה,
דהנעלה מר ירוחם פישל שי'
השלום וברכה!
ומיט גרויס צופרידנהייט וויל איך אייך מודיע זיין, אז דער ספר עץ החיים וואס איר און אייער פרוי יחיו האבן גענומען אויף זיך ביישטייערן די הוצאות פון זיין אפדרוקן, איז די טעג פארטיק געווארן פון דרוק. אן עקזעמפלאר איז בייגעלייגט.
זשרייבט אונז וויפיל קאפיעס אייך צו שיקן.
חוועגן דער גרויסקייט פון דעם זכות פון געבן טויזנטער און טויזנטער אידן די מעגליכקייט צו לערנען דעם ספר, וועלכער ענטהאלט די תורה פון אונזערע רביים מיט די אריינפיר בריוו פון רבי'ן כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א - בין איך זיכער, אז עס איז איבעריק צו ערקלערן אייך באריכות דא.
טאיך וויל נאר אנדייטן אויף איין רמז ודוגמא פון היינטיקער סדרה:
ידי סדרה דערציילט אונז די געשיכטע פון די מרגלים, ווי אזוי דורך זייער לשון הרע, האבן זיי געבראכט אומגליק אויף זיך און אויף דורות און דורות נאך זיי, ביז צו אונזער דור.
יאדי עצה דערצו, זאגט אונז די גמרא (ערכין טו, ב) איז תורה, ווי עס שטייט: מרפא לשון עץ חיים, וואס "עץ חיים" מיינט מען דא די תורה.
יבדי גרויסקייט פון דער שטראף פאר ריידן לשון הרע, וואס דאס הערן נאר די מענטשן וועלכע זיינען אין דער צייט און אין דעם ארט, גיט אונז א פארשטעלונג וועגן דעם גרויסן זכות און שכר וואס מ'האט פון ריידן תורה אין א בעשטימטן ארט און צייט. און דערפון קען מען זיך פארשטעלן ווי גרויס עס זיינען דער זכות און שכר פון אפדרוקן תורה, וואס דאמאלסט קען דער ספר, און די תורה וואס אין עם, דער-גרייכן אין אלע לענדער, און דער ספר בלייבט און ווערט געלערנט אויך צענדליקער און הונדערטער יארן נאכדעם ווי ער איז אפגעדרוקט געווארן.
יגאיך פארענדיק מיט דעם וואונש, אז דער גרויסער זכות זאל אייך ביישטיין אין אלעס וואס איר דארפט, און איר זאלט אויך ווייטער נעמען אן אנטייל אין ענליכע זאכן, וועלכע שליסן אין זיך איין תורה מצוות ומעשים טובים.
ידבברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
טוהרב מנחם שניאורסאהן
טזיושב ראש ועד הפועל
יזרלז
מהעתק המזכירות.
יח מר ירוחם פישל: ארלין, שבאגרת שלפנ"ז.
יט די סדרה דערציילט: ראה גם לקמן אגרת רמה.
כ יושב ראש ועד הפועל: קה"ת.