Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 2·Letter 280אגרות קודש·כרך ב·רפ

ארפ
בב"ה, י"ב מנחם אב תש"ז
גכבוד הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה מוהר"י
דשי' הכהן
השלום וברכה!
וזיכער ווייסט איר אז איך בין געווען אייניגע מאנאט אין יוראפ און איצט בין איך געקומען מיט מיין מוטער שליט"א, צוריק.
זקומענדיק האב איך געטראפן בא זיך אויפן טיש די רשימת שיחות כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א פון תשרי תש"ז ווארשיינליך אפגעגעבן פון אייך - דאנקע בעסטענס.
חאייגענטליך וואלט איך געוואלט דערמיט פארענדיקן מיין בריף - אבער דער מצב פון מרכז לעניני חנוך בריינגט מיר צו שרייבן אויך דאס פאלגענדע:
טדער פינאנציעלער צושטאנד פון מרכז לעניני חנוך איז זייער אנאנגעשטריינ[ג]טער, דערצו קומען נאך צו די אויסגאבן פארבונדן מיט אונזער וואקסענדער ארבעט אין יוראפ (חנוך און הדפסה) חאטש מען איז זייער אויסגערעכנט אין הוצאות. דאס נייט דעם מרכז ווענדן זיך צו אלע זייערע פריינד, בעטן זיי תיכף באצאלן אלע זייערע נדרים און נדבות פון עבר, און צו באשטייערן פון דאס ניי אויף להבא, וויפעל זיי קענען און נאך מער פון זייער יכולת.
ירעכענענדיק אייך פון די נעהענסטע פריינד פון מרכז לעניני חנוך גייט צו אייך די ווענדונג, און איך בין זיכער אז זי וועט געפינען ביי אייך דעם ריכטיקן אפ[ק]לאנג אף אליין טאהן תיכף כנ"ל און אויך זעהען אז אלע אויף וועמען נאר איר קענט האבן א ווירקונג זאלן אויך תיכף אזוי טאן.
יאאיך ווייס אז איר האט פארשידענע טענות אויף דאס דערווייל אפלייגן, וויל איך פארענדיקן מיט א מאמר רז"ל פארבונדען מיט די טעג פון וועלכע מען איז שוין אוועקגעגאנגן:
יבחז"ל זאגען (בבא מציעא דף ל. עמוד ב) לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דיניהם על דין תורה. און אז מען טוט לפני[ם] משורת הדין (דאס הייסט כאטש זיך ווייזט זיך אויס אז על פי דין איז ער דערווייל פטור פון דעם) איז דאס מקרב די גאולה און בנין ירושלים.
יגאין דער האפענונג הערן פון אייך גוטע נייעס,
ידובברכת לאלתר לתשובה, לאלתר לגאולה,
טוהרב מנחם שניאורסאהן
טזאין א באזונדער פאקעט ארויסגעשיקט די נייעסטע אויסגאבע פון אוצר החסידים: ספר התולדות.
יזרפ
מהעתק המזכירות.
יח מוהר"י שי' הכהן: כ"ץ אגרות נוספות אליו - לעיל קעד, ובהנסמן בהערות שם.