Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 2· Letter 344אגרות קודש· כרך ב· שדמ
אשדמ
בב"ה י"א אדר שני, תש"ח
גז.ג. ה' אלכסנדר שי' הכהן
דשלום וברכה!
הלכבוד דעם יום-טוב פורים שיק איך אייך אין נאמען פון מרכז לעניני חינוך און אין מיין אייגענעם נאמען וואונשען אויף א פרייליכן פורים.
ואיך לעג דא ביי דעם מאמר וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט ארויסגעגעבען אויף פורים, ווי אויך קאפיעס פון מיינע בריוו צו אונזערע פריינד ה' סטולמאן און ה' לעסער יחיו.
זדי גמרא (ב"ב ט, א) זאגט, גדול המעשה יותר מן העושה, דאס הייסט, ווי גרויס די פארדינסטן פון די וועלכע שטיצן מיט זייער געלט זיינען, נאך גרעסער זיינען די פארדינסטן פון דעם וועלכער האט זיי מקרב געווען און געבראכט צו דעם אז זיי זאלן טאן אט די גוטע טהאטען.
חאון יעדעס מאל ווען מיר טראכטן וועגן דער וויכטיגער הילף וועלכע אונזערע פריינד האבן געלייסטעט צום מרכז לעניני חינוך דורך אייער מיטהילף, און פילן א דאנקבארקייט צו זיי, פיל גרעסער איז אונזער דאנקבארקייט צו אייך, אלס מעשה, וועלכער האט זיי מקרב געווען צו אידישקייט בכלל און צו דער ארבעט פון מל"ח בפרט.
טאיך האף, אז איר וועט אייער גוטע ארבעט פארזעצן און זען צו [משפ]יע זיין אויף אונזערע גוטע פריינד צו מאכן נאך גרעסערע אנ[שטרענג]ונגען צו העלפן דורכפירן די פראגראם פון מל"ח, וועלכע [האלט זיך] אין פארגרעסערן, און מוז כסדר פארגרעסערן זיך, און שוין היינט זיינען די מינימאלסטע באדערפנישן פון מל"ח פיל גרעסער ווי די מאקסימאלע באדערפנישן מיט א פאר יאר צוריק.
ימיט א הערצליכן גרוס און די בעסטע וואונשן לפורים שמח וטוב לב צו אייך און אלע אייערע יחיו.
יאהרב מנחם שניאורסאהן
יביושב ראש ועד הפועל
יגשדמ
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.
ידז.ג.: זייער געערטער.
טו אלכסנדר שי' הכהן: אגרות נוספות אליו - לעיל קפט, ובהנסמן בהערות שם.