Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 2·Letter 322אגרות קודש·כרך ב·שכב

אשכב
בב"ה, כ"ב טבת, תש"ח
גז.ג. ה' ד.ל. מעקלער שי'
דשלום וברכה!
האיך האב געהערט אז איר זייט שוין געקומען צוריק פון אייער רייזע אין אייראפא, און איך האף אז זי איז געווען ערפאלגרייך אין יעדער הינזיכט.
ועס פרייט מיר צו שיקן אייך א קאפיע פון ספר הזכרונות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א. אויב איר ווילט באקומען נאך קאפיעס וועלן מיר גערן צושיקן אייך.
זא פאר ווערטער וועגן דער באדייטונג פון די זכרונות.
חאין תורה איז דאך יעדער פרט פון גרויס וויכטיקייט, אויך אפילו דער סדר פון תורה לערנט אונז פיל.
טתורה איז לשון הוראה, ד.ה. תורה איז ניט קיין מעשה בוך, נאר א בוך וואס לערנט.
ידער סדר פון תורה איז, אז פריער קומט ספר בראשית, און ערשט דערנאך שמות, ויקרא, א.ז.וו. דער גרונט דערפאר איז ניט נאר דאס וואס אזוי איז געווען דער כראנאלאגישער גאנג פון די ערציילטע פאסירונגען, א גענוגענדע סיבה פאר א געשיכטע בוך, ניט פאר א בוך א וועג-ווייזער אין לעבן.
יאנאר אויך, און אפשר דער עיקר, דערפאר וואס אזוי דארף זיין דער דרך פון לערנען א סדר החיים צו א יחיד, א כלל, א גאנצן פאלק.
יבדער אנהויב פון אזא לערנען איז ניט די ערקלערונג פון מצוות עשה און מצוות לא תעשה, נאר די ערציילונג און פארשטעלונג פון א לעבעדיקן ביישפיל פון יחידים, אדער גאנצע דורות, עלטערן, קרובים אדער סתם מענטשן וואס האבן געלעבט דעם געוואונשענעם סדר החיים, וואס זיי האבן, אזוי צוזאגן, "דורכגעטראטן דעם וועג", באוויזן באשיינפערליך ווי אזוי מ'דארף דורכלעבן דעם לעבן, און ווי אזוי מ'קען בייקומען פארשידענע שטערונגען וואס קומען פאר, און - אז נאר דאס איז דער ריכטיקער וועג אין לעבן.
יגאון ערשט נאכדעם קומען די אנזאגונגען: קום עשה, שוב ואל תעשה - אלס מסקנא און כמעט זעלבסטפארשטענדליכקייט פון די פריער דערציילטע לעבנס געשיכטעס.
ידעל דרך זה איז דער עיקר באדייטונג פון די זכרונות.
טואלס הויפטצוועק איז ניט געמיינט - ווי וויכטיק דאס זאל ניט זיין - דערציילן דעם לעבנסגאנג פון פלוני ופלוני, כדי מ'זאל וויסן די געשיכטע פון יענע דורות, אדער פערזענליכקייטן.
טזדער הויפט צוועק איז צו באווייזן אונז א לעבעדיקן ביישפיל ווי א איד - א רב, א לערנער, א סוחר, א בעל מלאכה, א בעטלער - יעדער פון זיי אין זיין הינזיכט א גרויסער איד, זיינען דורכגעגאנגען זייער לעבן,
יזאון דאס זאל אונז אנווייזן דעם ריכטיקן וועג אין אונזערע צייטן, און אויך לייכטער מאכן די איבערווענדונג פון די שוועריקייטן וואס זיינען פארבונדן מיט גיין אין אזא וועג.
יחכ'פארענדיק מיט נאכאמאל אויסדריקן א הערצליכן יישר כח פאר אייער גרויסן בייטראג צו דער דאזיקער וויכטיקער אויסגאבע.
יטמיט אכטונג און גרוס.
כהרב מנחם שניאורסאהן
כאיושב ראש ועד הפועל
כבשכב
מהעתק המזכירות.
כג ד.ל. מעקלער: עורך ס' הזכרונות של כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע.