Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 2· Letter 378אגרות קודש· כרך ב· שעח
אשעח
בב"ה, ט"ו תמוז, תש"ח
גהוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהר"י
דשי' הכהן
השלום וברכה!
ואין ענטפער אויף אייער בריוו פון י"ב תמוז לייג דא ביי דעם קונטרס פון שבועות ווי אויך די קאפיע פון מיין בריוו פון ד' סיון מיט דער פאטא.
זא שאד אויב יענע פאטא איז אריינגעפאלען צו א אינו ראוי.
חלויט אייער בקשה געפרעגט בא כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א זיין מיינונג בנוגע מלחמה מיט רוסלאנד איצט. ער האלט עס איז איצט העכסט ניט ווארשיינליך, נאר מען שרעקט דעם עולם דערמיט.
טזיכער וועט אייך אינטערעסירען צו וויסן אז בהתועדות חג הגאולה האט כ"ק מו"ח אד"ש געדרעפטעט תמימים יונגעלייט און תלמידים אויף אייניגע וואכען ארומפארען מעורר זיין צו יהדות, חנוך הכשר און הפצה פון כשר'ע ביכער, און האט איבערגעגעבען דעם מרכז לעניני חנוך צו ארגאניזירען די נסיעות.
יבייליגענד פאטאגראפיע פון רבי'ס שליט"א בריוו וועגען דעם.
יאאיך האף איר וועט באשטעטיגען דעם ערהאלטען פון דעם בריוו און בכלל לאזען הערען בשורות טובות.
יבכאוו"נ דו"ש ומאווה כט"ס
יגהרב מנחם שניאורסאהן
ידשעח
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.
טו מהר"י שי' הכהן: כ"ץ, אגרות נוספות אליו - לעיל קעד, ובהנסמן בהערות שם.
טז געדרעפטנעט.. ארומפארען: כעשרים תלמידים נסעו בשליחות זו, בשנה שלפנינו.
יזביקרו במשך הקיץ קרוב למאה עיירות. ראה גם לקמן אגרות שפא. שצא. שצד.
יח רבי'ס שליט"א בריוו: נדפסה באג"ק שלו ח"ט אגרות ג'רנ-נא.