Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 3·Letter 450אגרות קודש·כרך ג·תנ

אתנ
בב"ה, ח"י שבט, תש"ט
גכבוד הנדיב הנעלה והנכבד, וו"ח אי"א חובב
דתורה ורודף
הצדקה, העסקן הנעלה כמר צבי אליעזר שי'
וב"ר אברהם
זעביר הלוי קרויזהאר
חשלום וברכה!
טאין נאמען פון "מרכז לעניני חינוך" און אין מיין נאמען וויל איך אייך הערצליך דאנקען פאר דער ווארימער אויפנאמע וואס איר און אייער ווירדיגע עקרת הבית האט ארויסגעוויזען אונזער חשוב'ען מיטארבעטער הרה"ג הרה"ח וכו' מוהר"ר שלמה אהרן שי' קאזארנאווסקי. ניט ווייניגער דאנקען מיר אייך פאר אייער חשובער מיטהילף דורך דער ווייטערדיגער ביישטייערונג צו די קאסטען פון דרוקען די בארימטע ספרים-ענציקלפעדיא "שדי חמד" פון ר' חיים חזקי' מדיני ז"ל. אן אפיציעלע קבלה איז דא בייגעלייגט.
יבנוגע דער וויכטיקייט פון דעם ספר און דעם גרויסען זכות וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר דער ליובאוויטשער רבי שליט"א האט אייך מזכה געווען איז איבעריק צו שרייבן נאכדעם ווי איך האב דאס אין אלגעמיינע שטריכען אנגעדייטעט אין מיין פאריגען בריוו. איך וויל דא נאר באמערקן דאס די איניציאטיוו פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א צו דרוקן דעם ספר אונטערשטרייכט די אל-ארומנעמענדע פארצווייגטע ארבעט פון מיין שווער שליט"א, וועלכע פארבינדעט די העכסט טיפע חקירה וויסנשאפט פון דער תורה און חסידות מיט דעם טאג-טעגליכן לעבן פון א אידן.
יאדעם דאזיגען גרונט-פרינציפ געפינען מיר אין תורה בכלל און די עשרת הדברות בפרט, וואס מיר לערנען אין דער סדרה פון דער היינטיקער וואך.
יבדי עשרת הדברות הויבען זיך אן מיט "אנכי" - וואס ענטהאלט די טיפסטע געדאנקען פון
יגג-טליכקייט, יחוד, השגחה פרטית און אמונה בכלל, און לאזען זיך אויס מיט גאנץ לייכט פארשטענדליכע מצוות פון "כבוד אב ואם", "לא תרצח", "לא תגנוב", א. ד. ג. וואס דאס ווייזט אז אונזער אמונה איז ניט קיין אבסטראקטע זאך בלויז פאר דענקער און פילאזאפן, נאר לאזט זיך אראפ אין טאג-טעגליכן לעבן.
ידאט אזוי זארגט אויך כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א ארויסצוגעבן ספרים ניט נאר אויפן געביט פון חסידישער פילאזאפיע נאר אויך אזעלכע ספרים ווי די "שדי חמד" וועלכע ענטהאלטען פסקי דינים בנוגע אלע טאג-טעגליכע איבערלעבונגען פון א אידן.
טומיר ווינשען אייך, און אייער ווירדיגע פרוי און זון שיחיו דאס דער זכות פון העלפן דרוקן דעם ספר זאל אייך ביישטיין געבענטשט צו וערן אין טאג-טעגליכן לעבן מיט אלעס גוטעס בגשמיות וברוחניות.
טזבברכת כט"ס
יזהרב מנחם שניאורסאהן
יחיושב ראש ועד הפועל
יטתנ
מהעתק המזכירות.
כ כבוד... קרויזהאר: אגרת נוספת אליו (באותו נושא) - לעיל ח"ב שלב.