Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 3· Letter 484אגרות קודש· כרך ג· תפד
אתפד
בב"ה, י"ז אייר, תש"ט
גהוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו'
דמהר"י שי' הכהן
השלום וברכה!
ואייער בריוו פון וא"ו אייר, מיט דער בייגעלייגטער שיחת הסדרים, האב איך ערהאלטען. און, לויט ווי איר האט אפגעצייכענט אין דער רשימת הספרים, האט מען אייך אפגעשיקט די ספרים. זיכער האט איר שוין ליינג ערהאלטען און וועט מודיע זיין דערפון.
זאיך לייג דא ביי די שיחה פון ל"ג בעומר, לזכות בה גם כן את הרבים, וזכות הרבים תלוי בו.
חערהאלטען א בריוו פון ידידנו מר רבינסאן שי', אז עס איז איצט איינג אין געלט און מען זאל ווארטען מיט'ן קומען צו עם ביז ער וועט מודיע זיין. מסתם, ווייסט איר פון דעם בריוו.
טבין איצט אין גרויס פארלעגנהייט: דער דרוקער וויל געלט. דער עולם וויל די ספרים. און כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט טענות אז מען דרוקט בכלל ווייניק און מען זאל ארבעטען אין דער אפטיילונג (ווי אויך אין אלע אנדערע) מער און אינטענסיווער - און מיט אמאל אזא בריוו! איך האב ניט געקאנט מחליט זיין, צי באווייזען רבינסאן'ז בריוו דעם רבי'ן שליט"א - ווייל קיין פארדרוס פעלט עם ניט אן דעם אויך.
יאיך האף, אז איר וועט נעמען די זאך אין אייערע הענט, און זען דורכפירן ווי אמשנעלסטן בא ידידנו מר רבינסאן און דערווייל גיי איך אן מיט דער ארבעט כמקודם - איך וויל ניט די קפידא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א ניט אויף זיך ניט אויף עם.
יאעס איז נאר א שאד דערווייל וועט הרב קאזארנאווסקי ניט ארויספארן צו אייך די וואך. איך וויל אבער האפען אז איך וועל הערען פון אייך גוטע בשורות אין דעם, ער זאל קענען פארען נעקסטע וואך לכל הפחות.
יבהמחכה למכתבו מבשר טוב בהקדם ומאחל כל טוב סלה
יגהרב מנחם שניאורסאהן
ידיושב ראש ועד הפועל
טותפד
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.
טז מהר"י: כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תכא, ובהנסמן בהערות שם.
יז ערהאלטען... רבינסאן: בהבא לקמן ראה להלן אגרת תצג.