Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 3· Letter 491אגרות קודש· כרך ג· תצא
אתצא
בב"ה, ערב חג השבועות, תש"ט
גהוו"ח אי"א נו"מ וכו' מהור"א שי' הכהן,
דהמכונה
האברהם קאלישקער
ושלום וברכה!
זמיט פארגעניגען שיק איך דא דעם קונטרס צו שבועות פון כ"ק אדמו"ר מו"ח שליט"א, וואס מען האט ערשט געבראכט פון בינדער, ווי אויך די קאמפליט סטארי פון שבועות, און איך האף אז איר וועט עס אויסניצען לזכות הרבים. וזכות הרבים תלוי בו.
חמיר גייען מקבל זיין די תורה, וואס ואהבת לרעך כמוך איז א כלל גדול בתורה און עזוב תעזוב עמו איינע פון איהרע ציווים, איז עד מתי? אדער איך זאל אייך העלפען אין אייער מסחר פון פיינט, אדער עס איז שוין צייט, און שוין ליינג צייט איר זאלט צוזאמען מיט מיר ארבעטן אין מרכז לעניני חנוך.
טוואס איז דער תכלית פון אפלייגען און אפציען נאך א וואך נאך א חודש?
יגעוואלד ר' אברהם, ווען וועל איך אנהויבען טראכטען וועגען דעם וואס איז טוב באמת פאר מיר, און איר דאס זעלבע בנוגע צו זיך?
יאא פרייליכען יום-טוב און עס זאל מקויים ווערען אלע דעם רבי'נס שליט"א ברכות.
יבהרב מנחם שניאורסאהן
יגתצא
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.