Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 3· Letter 511אגרות קודש· כרך ג· תקיא
אתקיא
בב"ה, ב' מנחם אב, תש"ט
גמר מרדכי אונראד שי'
דשלום וברכה!
האיך האבן היינט ערהאלטן אייער בריף פון 22 יוני אז איר זיינט געווען צוזאמען מיט מענדל הארענשטיין אין טרעבלינקע און האט פון אים א שליחות.
ומענדל הארענשטיין איז געווען מיין שוואגער און איך וועל אייך זייער דאנקבאר זיין אויב איר וועט מיר גלייך אנשרייבן אלץ וואס איר ווייסט וועגן אים און וועגן זיין פרוי סאניע וואו זיינען זיי געווען די לעצטע צייט וואס איז פארגעקומען מיט זיי דעם גענויעם טאג פון זיין יארצייט און פון איר יארצייט וואס איז געווען מיט מענדעלס מוטער, ווי זיינען זיי געקומען אין טרעבלינקע.
זוואס גענויער און פרטיותדיגער איר וועט מיר שרייבן אלץ מער דאנקבאר וועל איך אייך זיין.
חאיך ערווארט אייער גענויען שנעלען ענטפער אויב מעגליך דורך לופט פאסט און איך דאנק אייך אין פאראויס.
ט מענדל שניאורסאהן
יתקיא
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.
יאלתוכנה ראה לעיל ח"ב אגרות רסג. שעט. רפב. סה"מ תשי"א ע' 106. לקמן תקיח.