Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 3· Letter 559אגרות קודש· כרך ג· תקנט
אתקנט*
בב"ה, כ"ו שבט, תש"י
גהוו"ח אי"א נו"מ וכו'... שי'
דשלום וברכה!
המיר זיינען נאך ערשיטערט פון דער הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ, און עס איז דעריבער נאך שווער צו שרייבן. אבער נעמענדיק אין אכט דעם רבי'נס, הכ"מ, רצון און הוראה, וואס איז אייך אויך זיכער באקאנט, אז ווען עס האנדלט זיך וועגן טאן א אידן א טובה דארף מען זיך ניט רעכענען מיט קיין זאך, שרייב איך אייך די פאלגנדע שורות...
וווי געזאגט, איז מיר שווער מאריך צו זיין. נאר נאך דעם איינדרוק וואס איר האט אויף מיר געמאכט ווען מיר האבן זיך געטראפן פערזענליך, בין איך זיכער, אז עס איז ניט נויטק מאריך צו זיין. בפרט, אז עס האנדלט זיך וועגן אן ענין פון אהבת ישראל, וואס איז געווען איינער פון די הויפט-זיילן פון דער הנהגה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, און עס איז ידוע די גרויסקייט פון קורת רוח וואס מען פארשאפט דעם צדיק ווען מען גייט אין זיינע וועגן.
זמיט גרוס און ברכת כט"ס.
חהרב מנחם שניאורסאהן
טיושב ראש ועד הפועל
יתקנט*
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.