Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 3·Letter 609אגרות קודש·כרך ג·תרט

אתרט
בב"ה, כ"א אייר, ה'תש"י
גהוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו'... שי'
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון ח' אייר. די תפילין און אויך דרוק זאכן וואס איר בעט וועלן מיר זעהן שיקן אייך ווי ווייט מעגלאך.
ובנוגע אייער עמיגראציע איז וויבאלד כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט מסכים געווען אויף נסיעה לארץ הקדושה ת"ו נאכן דורכמאכן די הארץ קור וועט עס זיכער זיין להצלחה בגשמיות וברוחניות און געוויס וועט איר עס טאן ערשט נאך דער הייסער צייט פון יאהר.
זלויט אייער בקשה האב איך געלייענט דעם צוגעשיקטן פדיון על הציון און אויך מזכיר געווען אייך דארט.
חבייגעלייגט קונטרס און בריף.
טבברכת כ"ט
יהרב מנחם שניאורסאהן
יאתרט
מהעתק המזכירות.