Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 3· Letter 611אגרות קודש· כרך ג· תריא
אתריא
בב"ה, כ"ג אייר, ה'שי"ת
גהוו"ח אי"א כו' מו"ה... שי'
דשלום וברכה!
האייער בריוו פון ט"ז אייר ערהאלטן.
ודי פראגע פון מאכן א געשעפט וואס פאדערט א קליינע אינוועסטמענט און איר קאנט זיך אויסלערנען דעם פאך אין 3 - 2 וואכן - איז דאס א גלייכע זאך. אבער איר דארפט געפינען א איש נאמן, וואס זאל אייך בעראטן, צי דאס איז ווערט די אינוועסטמענט און ווי אנפאנגען דעם געשעפט.
זמסתם וועט בא אייך בלייבן פרייע צייט אויך ווייטער אנגיין מיט דער ארבעט אין בית הכנסת, וואס דאס איז א טובה סיי ברוחניות סיי בגשמיות.
חאיך בעט איבערגעבן א גערוס צו די אנטיילנעמער אין דעם שיעור וואס איר האט איינגעארדנט אין בית הכנסת און ערקלערן זיי, אז צדיקא דאתפטר אשתכח בכולהו עלמין, און אויך אין אונזער וועלט, יתיר מבחיוהי וכו' ווי ערקלערט קצת אין דער הקדמה פון די צוויי בייגעלייגטע חוברות.
טהמחכה לבשורות טובות מאתו ומברכו בהסתדרות טובה בהצלחה
יהרב מנחם שניאורסאהן
יאתריא
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.