Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 3· Letter 682אגרות קודש· כרך ג· תרפב
אתרפב
בב"ה, י"ח מנחם אב, השי"ת
גהוו"ח אי"א מו"ה... שי'
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריוו פון י"ב מנחם אב.
ואיך האף להשי"ת אז אייער געזונט וועט ווערן בעסער.
זוואס איר שרייבט אז ליידער איז אייך שווער אנצוהאלטן שיעורים צוליב יסורים פון געזונט, איז דאס פונקט ווי איינער וואלט געזאגט, אז ער קען ניט נעמען די רפואה (מעדיצין) ווייל ער איז נאך ניט געזונט. ווארום שיעורים אין דער תורה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ זיינען א כלי אויף ממשיך צו זיין זיינע ברכות לבריאות הנכונה ולפרנסה.
חבמילא אויב מ'קלאגט זיך אויף פרנסה און געזונט. איז דער מיטל דערצו צו פארשטארקען די שיעורים, און דורכדעם וועט פרנסה און געזונט זיין ווי עס דארף צו זיין.
טויהי רצון אז איר זאלט קענען לערנען אן בילבולים פון געזונט און פרנסה, וכמרז"ל כל המקיים את התורה מעוני סופו לקיימה מעושר.
יהחותם בברכה
יאמנחם שניאורסאהן
יבתרפב
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.