Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 3· Letter 688אגרות קודש· כרך ג· תרפח
אתרפח
בב"ה, כ"א מנחם אב, השי"ת
גהוו"ח אי"א נו"מ וכו'... שי'
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריוו פון ט"ז מנחם אב וועגן מצב הבריאות פון זוגתו תי'
ועס איז ניט פארשטענדליך, וואס איר שרייבט וועגן סיבות אז זי קען ניט שוואנגערן, ווען אין אנהייבס בריוו דערמאנט איר אז אלול תש"ט איז זי יא געווען שוואנגער. קען עס דאך זיכער זיין אויך איצטער.
זדערפאר קומט בא מיר אויס אז זי זאל ניט טאן זאכן וואס זיינען געפערליך, לויט ווי איר שרייבט. זאל זי נא[ך] אמאל פרעגן בא א דאקטאר א מומחה וואס זי האט צו טאן, און געוויס וועט ער געפינען מיטלען בניחותא און על ידי רופא פלוני ועל ידי סם פלוני וועט אלץ דורכגיין און עס וועט מקויים ווערן די ברכה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ אשר השי"ת ישמח לבבם בזרעא חייא וקיימא.
חוואס איר שרייבט אז זוגתו תי' איז פון דעם אלעם געווארן נערוונע וכו'
טדארפן איר איבערגעבן, אז דער אויבערשטער פירט די וועלט ווי בעסער איז, און ער ווייס וואס בעסער איז און האט געשריבן אין דער תורה אז קינדער איז א ברכה.
יבמילא קומט דאס אידן, און טאמער אמאל פארהאלט זיך די ברכה, דארפן וויסן אז מיר אלע האבן א גרויסן רבי'ן הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ און ער וועט סוף כל סוף דורכפירן אלע זיינע ברכות פאר כל המקושרים אליו.
יאמ'דארף אבער אנהאלטן די התקשרות מיט עם. אויב מ'הויבט אן אבער
יבאיבערטראכטן וועגן קיום ברכתו און ווערן נערוונע איבער דעם, איז דאס א סימן פון חלישות, ח"ו, בבטחון ובהתקשרות. ובפרט, אויב דאס ווירקט נאך אויפן געזונט איז דאס זיכער מער ניט מעצת היצר.
יגזי און איר אליין מוזט זיין שטארק בבטחונם בהוי' ובמשה עבדו פון אונזער דור, הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, און דאס גופא העלפט אויף פריער ממשיך זיין ברכתו הק' לזרעא חיי וקיימא ולכל טוב.
ידגעוויס גיט בל"נ זוגתו תי' פאר ליכט בענטשן צדקה לקופת ר"מ בעל הנס, און איר זאגט יעדן טאג בל"נ דעם רבינ'ס קאפיטל תהלים הוא קאפ' ע"א.
טואז זוגתו תי' וועט ווערן מעוברת בשטומו"צ וועט איר מסתם ניט מפרסם זיין די ערשטע צייט, וועט אבער גלייך איבע[ר]געבן צום רבי'ן אויפ'ן ציון.
טזהחותם בברכה
יזמנחם שניאורסאהן
יחתרפח
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.
יט קאפ' ע"א: ראה גם לעיל אגרת תרמד, ובהנסמן בהערות שם.
כ ניט מפרסם זיין: ראה אג"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ט, אגרות ג'סו. ג'עב. ג'רנה.