Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 3·Letter 712אגרות קודש·כרך ג·תשיב

אתשיב
בב"ה, ט' אלול, ה'שי"ת
גמרת... תחי'
דברכה ושלום!
האין ענטפער אויף אייער בריוו, אז דאקטוירים האלטן אז איר דארפט האבן אן אפעראציע און איר בעט א ברכה,
וזיכער זייט איר מקיים דעם מנהג ישראל פאר ליכט בענטשן צו געבן אויף צדקה אין דער פושקע פון רבנו מאיר בעל הנס.
זמסתם זיינען די דאקטוירים בא וועמען איר זייט געווען ספעציאליסטן, און דאס איז די מיינונג פון לכל הפחות צוויי פון זיי.
חאויב דאס איז אזוי, זאל דער אויבערשטער העלפן אז די אפעראציע זאל דורכגיין כשורה, און איר זאלט קענען אנזאגן בשורות טובות אז איר זייט געבענטשט געווארן בזרעא חייא וקיימא.
טבברכת רפואה שלימה וכתיבה וחתימה טובה,
ימנחם שניאורסאהן
יאמיר וואלט אינטערעסירט צו וויסן וועגן צוזאמנשטעל פון אייר פאמיליע שי' און מיט וואס זיי באשעפטיגען זיך.
יבתשיב
מהעתק המזכירות.