Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 3·Letter 750אגרות קודש·כרך ג·תשנ

אתשנ
בב"ה, ח"י אלול, השי"ת
גאל אחינו ואחיותינו, בני ובנות ישראל,
דדי בכל אתר ואתר,
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זשטייענדיק אויפן שוועל פון דעם נייען יאר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, דערוועקט זיך יעדער איינער פון אונז צו מאכן א חשבון הנפש פון אלעס וואס האט מיט עם פאסירט אין דעם פארגאנגענעם יאר. יעדער איינער נעמט אן דעם באשלוס, אז דער נייער יאר זאל זיין בעסער און העכער אין אלע הינזיכטן, און ער ווענדט זיך מיט א תפלה צו אונזער פאטער אין הימל צו געבן עם א כתיבה וחתימה טובה, א גוטן און זיסן יאר בגשמיות וברוחניות.
חאונזערע חכמים זכרונם לברכה זאגן, אז דורך געבן צדקה ווערט די תפלה אנגענומען און זי פועלט, אז ג-ט זאל אונז געבן געזונט, פרנסה, און גליק.
טאזוי ווי דער מענטש באשטייט פון א גוף און א נשמה, במילא איז ווען מיר ריידן פון ארימקייט, איז דאס סיי אין קערפערליכן זין - די באדערפענישן וואס זיינען שייך צום גוף, און סיי אין א גייסטיקן זין - די באדערפענישן וואס זיינען שייך צו דער נשמה.
יאזוי אויך אין צדקה, איז פאראן צדקה פארן גוף און צדקה פאר דער נשמה. זאגן אונזערע חכמים (תדבא"ר פכ"ז) כי תראה ערום וכסיתו, ווען דו זעסט א נאקעטן, זאלסטו עם באקליידן - וואס מיינט דער נביא דערמיט? ער מיינט, אז ווען דו זעסט א מענטשן אן תורה, זאלסטו עם לערנען קריאת-שמע און תפלה, און דערמוטיקן צו טאן מצות, לערנען תורה, אא"וו.
יאאין די טעג פון חשבון הנפש, דארף זיך יעדער איינער, מאן אדער פרוי, אפגעבן א חשבון, וויפל צדקה ער האט געגעבן פאר די מאטעריעלע נויט באדערפיקע און וויפל צדקה ער האט געגעבן פאר די גייסטיקע נויט באדערפיקע, א חשבון אויך צי דאס איז גענוגענד לויט דעם גרויס פון זיין פארמעגן, גייסטיקן און מאטעריעלן. און איצט איז נאך א צייט צו פאריכטן וואס מען האט פארפעלט.
יבאון פונקט אזוי ווי אפילו אן ארימאן קען און מוז העלפן זיין ארימען חבר מיט וואס ער האט, אזוי קען און מוז יעדער איד, אפילו אויב ארעם גייסטיק, העלפן א צווייטן גייסטיקן ארימאן מיט וואס ער באזיצט אין גייסטיקן זין, אויסאיבן א גוטע השפעה אויף די ארומיקע צו מקרב זיין זיי צו תורה און מצות.
יגאון די וועלכע זיינען רייך מאטעריעליש, ווי אויך די וועלכע האבן גייסטיקע אוצרות - די בעלי תורה, בני הישיבה, אד"ג - מוזן געבן מיט א ברייטער האנט פון זייער געלט און זייערע גייסטיקע אוצרות, צו ראטעווען, היילן, און שטארקן די נשמה און דעם גוף פון זייערע ברידער און שוועסטער.
ידאיך פארענדיק מיט א וואונש און ברכה, אז אונזער פאטער אין הימל, דער אב הרחמים, זאל אונז אלעמען געבן א כתיבה וחתימה טובה, לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות, און שיקן אונז די גאולה האמיתית ושלימה דורך משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.
טוהמברך ומתברך בכתיבה וחתימה טובה
טז מנחם מענדל בן חנה
יזשניאורסאהן
יחחתנא דבי נשיאה כבוד
יטקדושת אדוננו
כמורנו ורבנו (מליובאוויטש)
כאזצוקללה"ה
כבנבג"מ זי"ע הכ"מ
כגתשנ
ראה הערה לאגרת שלפנ"ז.
כדכמה מהמכתבים כלליים נכתבו ע"י כ"ק אדמו"ר שליט"א הן בלה"ק והן באידיש (בשינויים), ומשנה לא זזה ממקומה.
כהנדפסה בשעתה כנ"ל ובלקו"ש שם ע' 403.