Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 1020אגרות קודש·כרך ד·א'כ

אא'כ
בב"ה, כ"ב אייר, ה'תשי"א ברוקלין, נ. י.
גהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה דוד ארי' שי'
דשלום וברכה!
הבייליגענד איז א קבלה פאר אייער ביישטייערונג וואס איך האב איבערגעגעבן פאר אונזער חינוך ארבעט אין אפריקע. די הילף איז א דבר בעתו, אזוי ווי די ארבעט האט זך ב"ה שטארק פארברייטערט, און מוז אויך ווייטער אויסגעברייטערט ווערן.
ויארן לאנג איז דער מצב פון חינוך אין די לענדער פון צפון אפריקא שטארק פארנאכלעסיקט געווארן צוליב די גרויסע ארימקייט וועלכע הערשט דארט, ווי אויך צוליב דעם וואס עס פעלן דארט טוער און עסקנים אויף דעם געביט.
זאבער בעזר השי"ת האט זיך דער מצב אין דעם לעצטן יאר געענדערט לטוב דורך די מוסדות חינוך וואס מיר האבן דארט געגרינדעט: ישיבות, ישיבות קטנות, תלמוד תורות פאר אינגלעך און ת"ת פאר מיידלעך, אוונט קורסן פאר ארבעטער און א בית מדרש למורים צוצוגרייטן לערער און מלמדים פון דער ארטיקער יוגנט.
חאונזער פראגראם אין צפון אפריקע זעט פאר אויפצושטעלן תלמוד תורות און ישיבות אין אלע שטעט און שטעטלעך. די דאזיקע ארבעט, וועלכע איז אויך פארבונדן מיט געבן מאטעריעלע הילף, ווי שפייז, קליידער אד"ג, פאדערט נאטירליך גרויסע סומען. עס איז אבער א גרויסער און זעלטענער זכות צו האבן א חלק אין דער דאזיקער הייליקער ארבעט וואס האט זיך אנגעהויבן מיט דער איניציאטיוו פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און איך האף, אז חובבי תורה בכלל ואנ"ש בפרט וועלן זיך אנשטרענגען צו געבן און צו שאפן א וואס גרעסערע הילף, וואס דורך דעם וועלן זיי אויך שאפן גרויסע און ברייטע צינורות פאר ברכה והצלחה בגשמיות וברוחניות.
טאיך שיק א "מעסעדזש" פאר אייער זון מר זלמן יעקב שי' און ווינש אים צו קומען אהיים געזונטערהייד.
יבברכה.
יאא'כ
מו"ר דוד ארי': בארט.