Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 1051אגרות קודש·כרך ד·א'נא

אא'נא
בב"ה, ט"ו סיון, ה'תיש"א ברוקלין, נ.י.
גצו די תלמידים מסיימים און זייערע עלטערן ה' עליהם יחיו
דשלום וברכה!
הצו אייער חג הסיום (גראדיואיישאן) באגריס איך אלע תלמידים מסיימים, וועלכע גייען אריבער אין העכערע כתות און מחלקות אין זייער וועג פון חינוך על טהרת הקדש.
ועס הייבט זיך אן די זומער וואקיישאן, די טעג פון אפרו און ערפרישונג פון די כוחות, און פון אנזאמלונג פון נייע כוחות צום נייעם זמן הבא עלינו ועליכם לטובה.
זאיר דארפט וויסן, ליבע קינדער, אז וואקיישאן מיינט ניט א
חהפסק - איבעררייסונג - פון לערנען און פון חינוך. א אידיש קינד טאר ניט זיין אן לערנען תורה און אן חינוך הכשר אפילו איין טאג, זומער אדער ווינטער, פארקערט: נעמענדיק אין אכט די פיל פרייע צייט וואס תלמידים האבן אין די לאנגע זומער טעג, דאפרט איר דאס אויסניצן אויף גרינטליכער איבערלערנען דאס וואס איר האט שוין געלערנט, און צוגרייטן זיך צו אייער ווייטערדיקן וועג, דעם דרך פון תורה ומצוות.
טאזוי ארום וועט איר - צוזאמען מיט אנזאמלען פרישע קערפערליכע
יכוחות - אנשעפן זיך אויך פרישע גייסטיקע כוחות, וואס ביידע צוזאמען, און בעיקר טאקע די גייסטיקע כוחות, מאכן דעם מענטשן א גאנצן און געזונטן.
יאאון איר, אידישע עלטערן, וואס איר טראגט אלעמאל די אחריות פון עלטערן און מחנכים אין דער זעלבער צייט, דארפט געדיינקען, אז ספעציעל אין די זומער חדשים ליגט כמעט די גאנצע אחריות אויף אייך.
יבאיך שיק אייך מיין ברכה, אז השם יתברך זאל אייך, ליבע קינדער, און אייערע עלטערן, ווי אויך אייערע מלמדים און מחנכים, שיחיו, געבן געזונט בגשמיות וברוחניות, מיט פיל נחת, אידישן נחת, מתוך מנוחת הגוף ומנוחת הנפש.
יגבברכה אף א געזונטען זומער - בגשמיות וברוחניות.
ידמ. שניאורסאהן
טוא'נא
נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 370 והושלמה ע"פ צילום האגרת.