Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 4· Letter 1097אגרות קודש· כרך ד· א'צז
אא'צז
בב"ה, יום הגאולה, י"ג תמוז, ה'תיש"א
גברוקלין, נ. י.
דהוו"ח אי"א נו"נ בעל מדות טובות חובב
התורה ורודף
וצדקה וכו' וכו' מהור"ל שי' ניומאן
זשלום וברכה!
חעס איז זעלבסטפארשטענדליך, אז עס אינטערעסירט מיר זייער די לאגע פון יעדן איינעם פון אנ"ש שי', בפרט פון די וועלכע האבן אזויפיל דורכגעמאכט אין די לעצטע יארן און האבן אויס[ג]עוואנדערט צו זוכן א מקום מנוחה במרחקים. עס איטערעסירט מיר אויך, נאטירלעך, ווי אונזערע ברידער די ארטיקע תושבים רופן זיך אפ לטובת די נייאנגעקומענע.
טדעריבער האט מיר געפרייט צו הערן פון הרה"ח וו"ח אי"א נו"מ וכו' וכו' מוהר"ר...
יאז איר האט אים בשעתו ארויסגעהאלפן מיט א טובה, און איך וויל אייך טאקע בעטן, אז אויך להבא זאלט איר אים ארויסהעלפן מיט א טובה, לויט אייערע בעסטע מעגליכקייטן, וואס דורך דעם וואס מ'טוט יענעם א טובה טוט מען זיך נאך א גרעסערע טובה, בגשמיות וברוחניות.
יאכ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט אונטערשטראכן, אז די "דריי אהבות" - אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל - זיינען אפהענגיק איינע פון דער אנדערע, און אויסדריקנדיק במעשים בפועל יעדער איינער פון די אהבות, העלפט עס אויך די אנדערע, ביז סוף כל סוף ווערן זיי פאראייניקט אלע צוזאמען, וואס דאס איז די עבודה און מטרה פון אידן.
יבאין צוזאמענהאנג מיט דעם יום הגאולה פון מיין שווער דעם רבי'ן כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וואס איז אויסגעלייזט געווארן פון די סאוויעטישע הענט אין תרפ"ז, איז ארויסגעגעבן געווארן דער קונטרס יב-יג תמוז, וואס עס פרייט מיר אייך צו שיקן.
יגאיך האף צו הערן פון אייך גוטע בשורות פון אייער ארבעט לטובת הכלל והפרט.
ידבברכה בגו"ר המחכה לבשו"ט.