Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 4· Letter 1186אגרות קודש· כרך ד· א'קפו
אא'קפו
בב"ה, ט' אלול, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.
גברכה ושלום!
דאיך האב באקומען אייער בריוו פון סעפטעמבער 8, און איך בין געווען צופרידן צו לייענען אין אים, אז איר באמערקט שוין אויך, ווי איר שרייבט אין אייער בריוו, אז אייער זון בעסערט זיך און איז רואיקער, וואס דר. ווילדער האט עס אויך געזאגט.
הווי איך האב אייך שוין אמאל געזאגט, איז וויבאלד אז דער רבי דער שווער האט געגעבן זיין ברכה, אז אייער זון וועט זיין געזונט, וועט ער זיכער האלטן ווארט. עס איז נאר א פראגע פון צייט.
ועס איז טאקע אן צווייפל שווער צו ווארטן, בפרט פאר די עלטערן פון א בן יחיד.
זאבער בשעת מ'איז שטארק אין דעם בטחון, אז די ברכה וועט מקויים ווערן, העלפט עס אין צוויי אופנים: עס איז דערוויילע פיל לייכטער דאס ווארטן ביז מ'זעט עס בפועל, און וואס שטארקער דער בטחון, אלץ שנעלער קומט די ערפילונג פון דעם צדיק'ס הבטחה.
חאיך האף, אז איר וועט זיין שטארק אין בטחון, שטארקער נאך ווי ביז איצט, און דאס שטארקט אויך מיין זיכערקייט, אז איר וועט זען אינגיכן, אז אייער זון גייט עס פיל בעסער און בעסער אין אלע הינזיכטן.
טאזוי ווי איר שרייבט, אז אייער זון שי' גייט שוין אין סקול, האף איך צו הערן אז איר באקומט גוטע רעפארטס וועגן אים.
יאיך פארענדיק מיט דעם וואונש פון כתיבה וחתימה טובה צו אייך, אייער מאן און זון שי', לשנה טובה ומתוקה.