Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 4· Letter 1187אגרות קודש· כרך ד· א'קפז
אא'קפז
בב"ה, י"ב אלול, תשי"א ברוקלין.
גשלום וברכה!
דאיך האב ערהאלטן אייער בריף פון יום א' אז איר זייט אלע ב"ה געזונט, און בעט א ברכה פאר אייער זון וועלכער איז אין מיליטער דינסט:
הווען איך וועל זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך אים מזכיר זיין צו וואס ער באדארף.
וזיכער איז איבעריג צו מזרז זיין אייך, אז איר זאלט אנזאגען אייער זון, ער זאל היטן צו לייגן תפילין אלע טאג (אויסער שבת און יום טוב) און אויב עס איז פאר אים ניט מעגליך צו לייגען די תפילין אין דער פריה, זאל ער דאס טאן אין פארלויף פון דעם גאנצן טאג ביז זון אונטערגאנג, און השי"ת זאל אים היטען אז ער זאל זיין גאנץ.
זאין צוזאמענהאנג מיט דעם וואס איר זייט דער ש"ץ פאר ראש השנה און יום הכפורים, בפרט, וויל איך מעורר זיין אויף דעם וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר, האט געוואלט, אז די וועלכע דאוונען אלס שליח צבור פארן עמוד, און בפרט ימים נוראים, זאלן איבערקוקן דעם פירוש המלות און אויך פירוש פון די פיוטים.
חאון אויך אז לכל הפחות ערב ראש השנה און ערב יום כפור זאל מען זיך טובל זיין אין מקוה.
טזעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז אלעס א צוגאב צו די דינים און ענינים וועלכע זיינען פראן אין שולחן ערוך, אויף וועלכע עס איז איבעריג צו מזרז זיין אויף זיי.
יאייער נדבה איז איבערגעגעבן געווארען צו דער לשכת חשאין וועלכע העלפט ארויס יחידים און מוסדות, שטילערהייט אן פרסום, בכדי ניט צו שעדיגען זיי. און דער זכות פון דער צדקה זאל ביישטיין אייך און אייערע בני בית שי' אז איר זאלט האבען אלע א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
יאבברכת.