Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 1202אגרות קודש·כרך ד·א'רב

אא'רב
בב"ה, ט"ז אלול, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.
גהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה חיים שי'
דשלום וברכה!
הלקראת השנה הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ווינש איך אייך און אלע אייערע בני בית שיחיו א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
ואיך בין צופרידן אייך מיטצוטיילן, אז דער דרוקער גייט די גאנצע צייט אן מיט דער ארבעט, אויסער די עטליכע וואכן פאר ראש-השנה און אנהויב תשרי, וואס ער מוז מפסיק זיין צוליב די ספעציעלע תשרי'דיקע ארבעט וואס ער האט. איך האף אז מ'וועט קענען פארענדיקן די גאנצע ארבעט, אריינרעכנדיק אויך דעם בינדען, ארום י"ט כסלו, אויב עס וועלן ניט זיין ניט-פארן[א]ויסגעזעענע עיכובים.
זאזוי ארום האף איך, אז צום טאג פון גרויסן חסידישן יום-טוב, ווען דער אלטער רבי דער בעל התניא צוזאמען מיט תורת החסידות האבן געהאט דעם גרויסן נצחון, זאל קאנען ארויסקומען דער ספר השיחות, וואס דאס דרוקן דערפון איז ערמעגליכט געווארן אדאנק אייער ברייטהארציקע ביישטייערונג.
חבברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
טא'רב
מו"ה חיים: שטיימן, אגרות נוספות אליו - לעיל תתפב, ובהנסמן בהערות שם.