Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 4· Letter 792אגרות קודש· כרך ד· תשצב
אתשצב
בב"ה, ו' מר חשון, ה'תשי"א
גברוקלין,
דשלום וברכה!
האיך בין געווען צופרידן צו באקומען אייער טעלעגראם, אז אייער טאכטער תחי' האט אנגעהויבן צו גיין אין דער ישיבה. איך האף אז איר און אייער בעל-הבית'טע וועלן האבן פיל אידישען נחת פון איר בגשמיות וברוחניות.
וזיכער האט איר געהערט דעם משל, אז א קינד איז ווי א יונג בוים. פונקט ווי א קליינע ענדערונג אין א יונג בוים וואקסט זיך מיט דער צייט פאנאנדער אין א גרויסער מאס, אזוי האט יעדע אנגעלעגנהייט אין דער קינדער ערציאונג א געוואלדיקע ווירקונג שפעטער. דערפאר וועט איר און אייער פרוי זיכער זיך באמיען צו פארבעסערן דעם חינוך פון אייער טאכטער תחי' זי זאל אויסוואקסן א פיינע אידישע טאכטער און איר זאלט האבן פון איר א סך אידישע נחת.
זבברכת כט"ס,
חמנחם שניאורסאהן