Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 797אגרות קודש·כרך ד·תשצז

אתשצז
בב"ה, י"ב מרחשון, ה'תשי"א
גברוקלין
דצו אלע אנטיילנעמער אין דער יערליכער צוזאמענקונפט פון דער בראנזווילער ליידיס אקזילערי פאר די "בית רבקה סקולס" י"ג מרחשוון, ה' תשי"א
הברכה ושלום!
ומיט צופרידנהייט און פארגניגן האב איך געהערט וועגן אייער טעטיקייט לטובת די "בית רבקה סקולס" בכלל און וועגן אייער פארזאמלען זיך איצט פאר דעם זעלבן צוועק בפרט.
זדער באוו[או]סטזיין, אז די "בית רבקה" סקולס זיינען געגרינדעט געווארן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ, און אז מיט אייער פארזעצן אייער ארבעט צו גונסטן פון דעם מוסד האט איר א שותפות אין דעם רבי'נס הכ"מ ארבעט, מוז אייך געבן מוט און שטארקייט אנצוגיין מיט דער הייליקער ארבעט מיט דער גרעסטער ענערגי, און צוציען אלס מיטארבעטער אויך אייערע פריינד און באקאנטע.
חאון ווי דער רבי הכ"מ האט מערערע מאל געזאגט: דער אויבערשטער בלייבט ניט קיין בעל חוב, און דער זכות פון אייער אויב[נ]דערמאנטער ארבעט זאל געבן אייך מיט אייערע פאמיליעס שיחיו געזונט פרנסה און נחת, אידישן נחת פון קינדער שיחיו.
טבברכת הצלחה בכל, און אין דער ארבעט בפרט,
ימנחם שניאורסאהן