Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 810אגרות קודש·כרך ד·תתי

אתתי
בב"ה, כ"ח מרחשוון, ה'תשי"א ברוקלין
גמרת חנה תחי'
דברכה ושלום!
העס האט מיר געפרייט צו באקומען אייער בריוו פון מוצש"ק פ' לך מיט די בייגעלייגטע פאטאס פון אייערע צוויי קינדער יחיו איר זאלט זוכה זיין מיט אייער מאן צו האדעווען זיי לתורה לחופה ולמעשים טובים.
ובאזונדער פארגעניגן האט מיר פארשאפט אייער שרייבן אז איר זייט דערוויילט געווארן פרעזידענטין פון דער ארגאניזאציע פאר טהרת המשפחה, און אז די ארבעט האלט אין וואקסן.
זדער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט אמאל געזאגט, אז א גוטער מלמד איז דער וואס לערנט אויס א תלמיד אז סוף כל סוף זאל ער קענען לערנען אליין און ניט דארפן אנקומען צום מלמד. די זעלבע זאך איז אין געזעלשאפטליכע ארבעט: דער גוטער געזעלשאפטליכער ארבעטער איז דער וואס זיין ארבעט בריינגט אריין לעבעדיקייט אז די מעמבערס פון דער ארגאניזאציע אליין זאלן האבן חשק צו ארבעטן, און ניט דארפן אנקומען יעדן מאל צו די התעוררות מצד דעם פרעזידענט פון דער ארגאניזאציע אדער אנדערע אפיסערס...
חמנחם שניאורסאהן
טתתי
מרת חנה תחי': גולדשטיין.