Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 4· Letter 817אגרות קודש· כרך ד· תתיז
אתתיז
בב"ה, ז' כסלו, ה'תשי"א ברוקלין
גהאברך וו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה... שי'
דהעלמה הכבודה... תחי'
השלום וברכה!
והרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור באמונה וכו'... האט מיר איבערגעגעבן וועגן אייער בריוו צו עם, בנוגע וואס איר בעט מיין הסכם וברכה צו אייער שידוך, און אויך וועגן דעם וואס איר שרייבט עם בנוגע דעם אופן פון איינשטעלן אייער לעבן להבא אי"ה.
זבא מענטשן בכלל און בא אידן בפרט איז אז מ'מאכט א שידוך איז דאס א זאך וואס מ'בעט דעם אויבערשטן אז עס זאל מצליח זיין, און אויב מ' בעט פון טיפן הארצן וועט השי"ת מצליח זיין עס זאל זיין א בנין עדי עד, א פעסטער און אייביקער בנין.
חיעדער ווארט אין אן אויסדרוק ואס אונזערע חכמים ז"ל באנוצן איז מדוייק (טאטשנע). דער אויסדרוק "בנין" איז אויך אויסגעהאלטן אין אלע פרטים.
טווען מ'בויט א פאסטראיקע איז איינער פון די הויפט תנאים אז עס זאל זיין שטארק, איז צו פארזיכערן אז דער פונדאמענט אויף וואס דער בנין שטייט זאל זיין שטארק.
ידער הויפט אונטערשייד צווישן [דעם] פונדאמענט און דאם גאנצן בנין איז דאס וואס בנוגע דעם גאנצן בנין שיינקט מען אויפמערקזאמקייט ניט נאר די אינערליכע אייגנשאפטן נאר אויך דעם אויסערליכן אויסזען. אבער בנוגע דעם פונדאמענט איז חיצוניות ניט נוגע.
יאדי הויפט זאך איז אז דער פונדאמענט זאל זיין שטארק און פעסט און געבויט פון די בעסטע מאטעריאלן.
יבאזוי אויך בא א שידוך צווישן אידישע קינדער איז נוגע אז די מאטעריאלן פון דעם פונדאמענט זאל זיין צוגעפאסט צו די פאדערונגען פון א אידישע הויז, און אז דאס זאל זיין גענוג שטארק אויסצוהאלטן פארשידענע נסיונות.
יגדי מאטעריאלן פון דעם בנין בא אידן בכלל איז תורה ומצוות, ונוסף על זה בא חסידישע הייזער איז די אינערליכע ווארימקייט און ליכטיקייט וואס תורת החסידות האט אריינגעבראכט אין תורה ומצוות, און וואס איז פארשפרייט געווארן דורך די נשיאי חב"ד בכל דור ודור ובפרט אין אונזער דור דורך נשיאנו כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ.
ידאין פועל ממש מיינט דאס צו נעמען אויף זיך לימוד התורה וקיום המצוות מעשיות אין טאג טעגליכן לעבן, ובפרט בענין מידות טובות, מידות חסידיות, וואס דער הויפט שטריך דערפון איז אהבת ישראל, ווי עס ווערט ערקלערט אין א סך ערטער אין די שיחות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ. דאס הייסט: כשרות, שמירת שבת, טהרת המשפחה, קביעות עתים לתורה, צדקה, אהבת אחים א.א.וו.
טו- און די אלע ענינים צו ערפילען ווי חסידות פאדערט פון אונז אלעמען.
טזאז איהר וועט נעמען אויף זיך די אלע זאכן און איך שיק אייך מיין ברכה אז דער שידוך [...] בשעה טובה ומוצלחת, איר [ז]אלט בויען א בית בישראל על יסודי התורה והמצות ווי עס ווערט ערקלערט אין תורת החסידות.
יזבברכה.
יחתתיז
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 330 והושלמה ע"פ העתק המזכירות והעתקה.
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 330 והושלמה ע"פ העתק המזכירות והעתקה.