Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 4· Letter 849אגרות קודש· כרך ד· תתמט
אתתמט
בב"ה, ד' טבת, ה'תשי"א ברוקלין
גהוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה וכו' מהר"י
דהכהן שי'
השלום וברכה!
ואייערע צוויי בריוו פון ח"י כסלו און ד' חנוכה האב איך באקומען און מיין ענטפער האט זיך פארהאלטן צוליב די פארשידענע טרדות און דער עיקר ווייל אינצווישן האבן מיר גערעדט טעלעפאניש.
זאבער בכל אופן וויל איך דא נאכאמאל דערמאנען אז איך האב אייך מזכיר געווען י"ט כסלו און ערב ראש חדש טבת אפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ. לויט ווי מיר האבן גערעדט ווען איר זייט דא געווען, וועט איר זיין דעם רבי'נס כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ א סאלדאט, במילא וועט דער רבי איבערנעמען אויף זיך די פארזארגונג פון די ענינים וואס איר און אייערע בני בית שיחיו דארפן האבן בגשמיות וברוחניות, און איר זאלט צוגרייטן כלים רחבים דאס מקבל צו זיין במילואם. איך האף אז איר וועט אינגיכן קענען אנזאגן בשורות טובות אז די ברכות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ זיינען מקויים געווארן...
חאיך לעג דא ביי דעם קונטרס פון חנוכה ווי אויך מיין בריוו כללי דערצו, וואס כאטש זיי האבן זיך פארשפעטיקט צוליב טעכנישע סיבות, זיינען אבער די ענינים וועגן וועלכע עס רעדט זיך דארט נוגע לכל השנה כולה.
טהמחכה לבשורות טובות, בברכה לו ולכב"ב שי',
ימנחם שניאורסאהן
יאתתמט
מהר"י הכהן שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תתכב, ובהנסמן בהערות שם.
מהר"י הכהן שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תתכב, ובהנסמן בהערות שם.