Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 4· Letter 888אגרות קודש· כרך ד· תתפח
אתתפח
בב"ה, ערב שבת קדש, ה' שבט, ה'תשי"א ברוקלין
גצו דער 7'טער יערליכער קאנפערענץ פון ועד מגיני ומרחיבי החנוך הכשר, אונטער דער אנפירערשאפט פון "מרכז לעניני חינוך"
דשלום וברכה!
הדי השגחה עליונה האט אייך מזכה געווען צו נעמען אן אנטייל אין דער גרויסער און וויכטיקער ארבעט פון ועד אויפן געביט פון חינוך, ובפרט אין דער "שעה ללמוד הדת", וואס דערמיט - אין די ווערטער פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ - האט איר אראפגענומען און נעמט אראפ פון טויזנטער אידישע קינדער דעם שאנדפלעק פון פולשטענדיקער אומוויסנהייט וועגן אידישקייט, און קינדער אין די הונדערטע, אינגלעך און מיידלעך, כן ירבו, האבן דורך אייער גוטער ווירקונג אנגעהויבן צו באקומען א כשר'ן חינוך.
ודי ארבעט וועלכע איר טוט אויף דעם געביט, איז די גרעסטע צדקה רוחנית לעניים בדעת, און אן ענין פון הצלת נפשות ממש. פאר אזא מצוה, בפרט אז זי קען ניט געטאן ווערן דורך אנדערע, איז קיין זעלבסטאפפער ניט צו גרויס.
זאיך האף, אז איר וועט זען זיך אנצושטריינגען לויט אלע מעגליכקייטן צו פארגרעסערן און אויסברייטערן אייער ארבעט, פארגרעסערן די צאל קינדער און ערטער פון "שעות ללמוד הדת" אונטער אייער פראגראם, כדי צוריקצובריינגען די פארלויפיק נאך אפגעפרעמדטע אידישע קינדער צוריק צו זייער מקור אין תורה און אידישקייט.
חאיך וויל אויך האפן, אז די ברייטסטע קרייזן פון באוואוסטזיניקע אידן, מענער און פרויען, וועלן אנערקענען זייער פליכט און זכות צו שטיצן אייער ארבעט מיט אלע מעגליכקייטן.
טבזכות פון הצלת נפשות פון אידישע קינדער זאלט איר און אייערע מיטהעלפער און שטיצער זיין געבענטשט פון השי"ת אין אייער ארבעט און אין אייערע פערזענליכע ענינים אין אלעס וואס איר דארפט, לויט דער ברכה פון רבי'ן, כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, בגשמיות וברוחניות.
יבברכת הצלחה רבה,
יאמ. שניאורסאהן
יבתתפח
מצילום האגרת.
מצילום האגרת.