Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 895אגרות קודש·כרך ד·תתצה

אתתצה
בב"ה, ט"ו שבט, ה'תשי"א ברוקלין
גהוו"ח אי"א נו"מ עסקן רב פעלים בעל מדות
דוכו' מו"ה אברהם דובער שי'
השלום וברכה!
ואייער טעלעגראם האב איך ערהאלטן, און איך דאנק אייך פאר די גוטע וואונ[ט]שן וואס איר דריקט אין איר אויס.
זעס איז מיר באזונדערס אנגעלעגט אייער אויסדרוק פון דער האפנונג, אז דאס וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע ועכ"י האט מייסד געווען וועט אויך ווייטער זיין בהצלחה.
חזעלבסטפארשטענדליך, אז כדי אז די דאזיקע ארבעט זאל קענען אנגיין בהצלחה, דארף מען האבן די מיטארבעט פון די וועלכע זיינען בעלי השפעה אויף די ברייטע קרייזן אידן, בפרט פון אנ"ש וועלכע האבן געהאט דעם זכות צו שטיין נאענט צו דער דאזיקער ארבעט און וועמען כ"ק מו"ח אדמו"ר זצ"ל האט געוויזן דעם וועג ווי צו ערפילן זייערע נשמה פליכטן און שליחות.
טאיך האף דעריבער, אז איר וועט אויך ווייטער פארזעצן אייער פולסטע מיטארבעט, במעשים בפועל, כדי אז יעדער איינער פון אונז און אלע צוזאמען זאל קענען ממשיך זיין די ארבעט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצ"ל בהחזקת היהדות והפצת התורה בכלל, ותורת החסידות בפרט.
יבברכה לו ולכל ב"ב שיחיו בטוב הגשמי והרוחני,
יאמנחם שניאורסאהן
יבתתצה
מו"ה אברהם דובער: קרעמער. אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ב ער. גוטע וואונטשן: לקראת קבלת הנשיאות ביו"ד שבט.