Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 919אגרות קודש·כרך ד·תתקיט

אתתקיט
בב"ה, ט' אדר א', ה'תשי"א ברוקלין
גהוו"ח אי"א נו"מ וכו' מו"ה חיים שי'
דשלום וברכה!
האייערע צוויי בריוו מיט די בייגעלייגטע טשעקס, א התחלה אויף דרוקען דעם כ"ק מו"ח אדמו"ר ספר ווי אויך אויף מעמד, האב איך צייטיק ערהאלטען. בייגעלייגט די קבלות ברוב תודה.
ולויט אייער בקשה, האב איך אייך און אייער פרוי שתי' דערמאנט להמצטרך להם אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר. און זיכער האט ער און וועט אויך ווייטער מעורר רחמים זיין למעלה, פאר אייך ביידען לבריאות הנכונה ולמנוחת הנפש והגוף, און אויך אויף צו זיין פרייליכער. און בפרט איצט, אז איר האט באקומען און גענומען אויף זיך דעם זכות פון אפדרוקען א ספר פון זיינע מאמרים אדער שיחות, און דורכדעם מאכן ליכטיק אין כמה וכמה אידישע הייזער בכל קצוי תבל, איבעראל, האט איר זיכער פארדינט דאס זאל ממשיך זיין ליכטיקייט און ווארימקייט בא אייך אליין. מ'דארף נאר עפענען די טירן און פענסטער עס זאל אריין אינעווייניק, און דאס איז דורך תהלים, תורה (חומש מיט רש"י, תניא, א שיעור אין רבי'נס מאמרים אדער שיחות, וכיו"ב) וואס דאס עפנט די הארץ און די קאפ.
זאויף אייער פראגע ווען צושיקן די איבעריקע געלט - וויל איך אייך ניט שווער מאכן. אבער וואס פריער די געלט וועט זיין דא, אלץ פריער וועט זעצער, דרוקער אאז"וו טאן זייערע ארבעט.
חאיך האף אז אין קומענדיקן בריוו וועט איר אויך שרייבן וועגן בעסערונג פון אייער שטימונג און פון אייער ביידנס געזונט.
טבברכה, המחכה לבשורות טובות.
יתתקיט
מו"ה חיים: שטיימאן. אגרות נוספות אליו - לעיל תתפב, ובהנסמן בהערות שם.