Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 963אגרות קודש·כרך ד·תתקסג

אתתקסג
בב"ה, כ"ז אד"ש, תשי"א ברוקלין.
גהוו"ח אי"א נו"מ וכו' מוה"ר חיים יעקב שי'
דשלום וברכה!
הדי שעקס, פון אייך און אייער פרוי תחי', האב איך ערהאלטן, און בייגעלייגט זיינען די קבלות.
ואיך האב פיל געהערט פון אייך, און בין צופרידן וואס איר זייט אין דער זעלבער צוגעבונד[נ]קייט ווי אלעמאל, און היינט נאך דער הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, דארף יעדער איינער פילן מער די אחריות וועלכע איז ארויפגעלייגט געווארן אויף אונז אלעמען, און ארויסרופן בא זיך מערערע און טיפערע כחות, צו פארזעצען די גרויסע הייליגע זאכן, וואס דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אונז איבערגעלאזן, אז זיי זאלן זיין בהצלחה בגשמיות וברוחניות.
זגעוויס האט איר שיעורים אין לערנען תורה, זאלט איר זיי אנהאלטן און צוגעבן וויפל איז מעגליך פאר אייך, און מוסיף זיין אין די מעשה הצדקה וחסד, און משפיע זיין אויך אויף אנדערע.
חבברכה לבריאות הנכונה ולאריכות ימים ושנים לו ולזוגתו תי'. מוסג"פ הקונ' לב' ניסן.
טתתקסג
מוה"ר חיים יעקב: האלמאן.